ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ה' טבת, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

מר בנציון שי' גאָלדבערג

שלום וברכה!

איך האָב מיט פאַרגעניגן באַקומען אייער בריוו פון 12/5, אַ באַשטעטיקונג אויף מיינעם אַ פריערדיקן בריוו. און רעכענענדיק, אַז אפשר וועלן מיר זיך זען באַ דער התוועדות פון י"ט כסלו, ווי איר האָט זיך נוהג געווען צו זיין אָנוועזנד עטלעכע מאָל פריער, האָב איך געוו[אָ]לט באַשטעטיקן דעם בריוו פּרעזענלעך, אין איינקלאַנג מיט דעם מאמר חכמינו ז"ל מצוה בו יותר מבשלוחו, וואָס אַ פּרעזענלעכער בריוו איז דאָך אויך ניט מער ווי אַ שליח. אָננעמענדיק, אַז איר זייט אַוועקגעפאָרן, באַשטעטיק איך דעם בריוו שריפטלעך.

גלייכצייטיק וויל איך אויסדריקן אַ וואונש אויפן יסוד פון איינעם פון די רמזים פון די חנוכה-טעג פון וועלכע מיר קומען איצט:

כאָטש מען האָט אָפּגעטאָן די מצוה פון נר חנוכה די ערשטע נאַכט, אין דער פולסטער מאָס, דורך אָנצינדן איין ליכטל, ווערט אָנגעוויזן יעדן אידן, אַז מ'דאַרף זיך ניט באַגנוגנען מיט דעם זעלבן צושטאַנד אויך אויף מאָרגן; נאָר וויבאַלד אַז עס קומט צו נאָך אַ טאָג אין קערפּער-לעבן וואוקס, דאַרף צוקומען אַ דערהויבונג אויך אין דער נשמה און אין אַלע זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דער נשמה, צו אַלעם ערשטן אין תורה ומצוותי', וואָס זיינען דאָך אויך ווי ליכטלעך און ליכטיקייט כי נר מצוה ותורה אור. און ווי גוט דער מצב זאָל ניט זיין אין אַ געוויסן טאָג אין גייסטיקן זין, איז ער אָבער ניט גוט גענוג פאַר דעם קומענדיקן טאָג; פּונקט ווי איינער צינדט אָן מערניט ווי איין ליכטל די צווייטע נאַכט דחנוכה, וואָס דאַן פעלט עם אין דעם קיום המצוה ווי עס באַדאַרף צו זיין.

איך גלויב ניט אַז מיין ענין איז צו זיין אַ מגיד, און רעכן אויך ניט אַז אייער ענין איז צו הערן מגידות. נאָר דאָס אויבנגעשריבענע איז – אין צוגאָב צום וואונש, אַז עס זאָל מקויים ווערן באַ אייך און באַ אונז אַלעמען דער דערמאָנטער רמז פון חנוכה – אַן ענטפער אויף איינעם פון די אָנגעווייטיקסטע פּראָבלעמען פון אונזער צייט, און דאָס איז די איינרעדעניש, אַז בשעת מ'ווערט מער פאָרגעשריטן און אַלץ מער געבילדעט, דאַרף מען ניט האָבן די צוימען און באַשרענקונגען, אָדער אין אַן אַנדער סגנון – די מצוות לא-תעשה מיט די חומרות וואָס מ'האָט געדאַרפט צו זיי אָנקומען ווען דער מענטש איז געווען ווילד, ניט געבילדעט, ניט קולטורעל, אאַ"וו, אאַ"וו.

דער ענטפער אין דעם אויבנדערמאָנטן רמז פון נרות חנוכה איז, אדרבה: אַ פאָרשריט און וואַקסן אין אירגנד וועלכן געביט פון מענטשלעכן לעבן, מוז זיין באַגלייט מיט אַ פאָרשריט און וואַקסן אין זיין רוחניות'דיקן לעבן, אָדער אין אַן אַנדער אויסדרוק – אין זיין נשמה-לעבן, אָדער איינפאַכער געזאָגט – אין מוסר, חסידות, אד"ג.

ואדרבה: אויב דער גשמיות'דיקער פאָרשריט ווערט ניט באַגלייט מיט אַ פאָרשריט אין דעם נשמה-געביט, ווערט ער אויסגעניצט אין גאָר פילע פאַלן, און ליידער גאָר אָפט, היפך פון פאָרשריט אין נשמה-לעבן; ווארום עס איז דאָך געשטערט געוואָרן דער באַלאַנס צווישן זיי ביידען, און די שטערונג אין רוחניות'דיקן פאָרשריט, אין אַנדערע ווערטער – דער צוריקטריט אין דעם, מוז דאָך ברענגען סוף-סוף אויך צו אַ צוריקטריט און הירוס אין דעם גשמיות'דיקן לעבן.

ליידער אין אונזער דור האָט מען געזען אַ סך ביישפּילן אין דעם, ובלשון הכתוב חכמים המה להרע, אַז דאָס צוגעבן אין פרייהייט כפשוטה, וואָס מ'האָט דאָס אויסגענוצט אויף צו באַפרייען זיך פון אַלערליי סייגים און באַגרענצונגען, האָט געבראַכט אויך צו גשמיות'דיקער דעקאַדענץ.

מערקווירדיק אַז – ווי איר האָט עס אויך מסתם געהערט – טראַכטנדיק פון פליען צו דער לבנה, זוכט מען באַוואָרענישן אַז די באַקטעריען און ווירוסן צו וועלכע מ'איז צוגעוואוינט אויף דער ערד, זאָל מען זיי ניט מיטנעמען אַהינצו, וואָרום מ'ווייס ניט אויב אונטער די דאָרטיקע אומשטענדן וועט מען קענען ביישטיין קעגן זיי; און אַזוי אויך פאַרקערט. פאַנטאַזירנדיק אַז מ'וועט שפּאַצירן אויף דער לבנה, זוכט מען זיך באַוואָרענישן קעגן מעגלעכע אָרטיקע ווירוסן. מיט אַנדערע ווערטער: אַ פאָרשריט ביז צו פליען אויף דער לבנה, מוז באַגלייט ווערן מיט צוגאָב-פאָרזיכטס מיטלען און באַגרענצונגען, און מ'רעכנט דאָס ניט בלויז אַלס אַ פראַגע פון באַקוועמלעכקייט, נאָר דאָס ווערט אַ לעבנספראַגע. דאָס איז דאָך דער זעלבער געדאַנק בנוגע צו פאָרשריט אין יעדן טעכנאָלאָגישן געביט.

בכבוד ובברכה.


בנציון גאָלדבערג: בעל טור בעיתון "טאָג מאָרגן זשורנאַל". אגרת נוספת אליו – לעיל חכ"ב אגרת ח'תקסט.

מאמר חכמינו ז"ל: קידושין מא, א.

ווערט אָנגעוויזן: כהפס"ד ד"מוסיף והולך" – שבת כא, ב. שו"ע או"ח הל' חנוכה סתרע"א ס"ב.

נר מצוה ותורה אור: משלי ו, כג. וראה פרש"י ד"ה בנים – שבת כג, ב.

ובלשון הכתוב: ירמי' ד, כב.