ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, כ"ד טבת, הילולא דרבנו הזקן, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

צו די אַלע אָנטיילנעמער אין דעם 29סטן יערלעכען דינער פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין דעם דאָזיגען גינסטיגען טאָג פון הילולא-יאָרצייט פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן-ערוך און גרינדער פון שיטת חב"ד, שיק איך מיין באַגריסונג און ברכה צו אַלע אָנטיילנעמער אין דער יערלעכער פייערונג פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש.

איינער פון די גרונט-פּרינציפּן פון שיטת חב"ד איז, אַז קאָפּ און האַרץ (שכל און געפיל) זאָלן באַהערשן און באַלעבן דעם טעגלעכן לעבן פונם מענטשן אין פולשטענדיגער האַרמאָניע צווישן זיך, און אין אַן אופן פון מח שליט על הלב, אַז דער קאָפּ זאָל קאָנטראָלירן די האַרץ.

ווען עס איז דאָ די דאָזיגע אינערלעכע האַרמאָניע צווישן שכל און געפיל, דאַן ווערן אַלע פאַרשידנאַרטיקע טעטיקייטן פונם מענטשן אין אַלע פרטים פון טאָג-טעגלעכן לעבן, סיי די "וואָכעדיגע" און סיי די "שבת-און- יום-טוב'דיגע", סיי די מאַטעריעלע און סיי די גייסטיגע, דורכגעפירט ווי עס באַדאַרף צו זיין, אָן קאָנפליקטן, אָן ווידערשפּרוכן און אָן וואַקלענישן.

עס איז קלאָר, אַז די מורא'דיגע צעטומלעניש און אומרואיקייט וואָס באַהערשט היינט-צו-טאָג די אַלגעמיינע יוגנט, און וואָס דריקט זיך אויס אין ווידערשפּעניקונג און רעוואָלטירונג קעגן די סאַמע עלעמאַנטאַרע געזעצן פון דער מענטשלעכער געזעלשאַפט, איז אַ פועל-יוצא פון דער אינערלעכער צעשפּליטערונג און דיסהאַרמאָניע צווישן שכל און געפיל, וואָס לאָזט אין גאַנג ניט-געצוימטע עמאָציעס. עס איז ליידער אויך אַ טרויעריגער פאַקט, אַז די דאָזיגע סימפּטאָמען האָבן זיך אָפּגערופן אויך אויף באַדייטענדע שיכטן פון דער אידישער יוגנט.

אין דער דאָזיגער קריטישער צייט איז ספּעציעל אַ לעבנס- נויטווענדיקייט צו פאַרשטאַרקן צווישן דער אידישער יוגנט עם גייסטיגען גלייכגעוויכט, וואָס דער איינציגער וועג דערצו איז דורך תורה און מצוות, מיט אחדות און האַרמאָניע צווישן שכל און געפיל און – מח שליט על הלב.

פאַר אַ אידן איז די דערמאָנטע אינערלעכע אחדות מער ווי דער סוד און יסוד פון אַ צופרידנשטעלענדן פּערזענלעכן לעבן. לויט ווי דער ענין ווערט ברייט און טיף אויפגעקלערט אין חב"ד, איז די דאָזיגע אחדות דער שליסל צו אחדות אין וועלט, און איז אינערלעך פאַרבונדן מיט דעם ענין פון אחדות הבורא, וואָס די פאַרווירקלעכונג דערפון אין לעבן איז די ספּעציעלע אויפגאַבע פון דעם אידן און אידישן פאָלק. דאָס איז אָנגעדייטעט אין די ווערטער גוי אחד בארץ, ווי דער אַלטער רבי דערקלערט (אגה"ק ט), אַז דער אידישער פאָלק וואָס איז גוי אחד, פאַרווירקלעכט ה' אחד, אַז עס זאָל זיין אחד בארץ.

די ליובאַוויטשער ישיבה דערציט אירע תלמידים אין תורה און יראת-שמים דורכגעדרונגען מיט דעם דאָזיגען גייסט פון אחדות פון קאָפּ מיט האַרץ און מח שליט על הלב, ניט נאָר צו דערגרייכן דאָס באַ זיך, נאָר אויך שפּעטער, אַרויסגייענדיג אין וועלט, זאָלן זיי העלפן אַנדערע צו דערגרייכן און דורכפירן דאָס זעלבע אין זייער טאָג-טעגלעכן לעבן.

דער יערלעכער באַנקעט פון דער צענטראַלע ישיבה תומכי-תמימים ליובאַוויטש גיט אַ ספּעציעלע געלעגנהייט צו די עסקנים און פריינט פון דער ישיבה צו ווערן אמת'ע שותפים אין דער דאָזיגער אחדות. דאָס געלט, ווי אויך מי און צייט, וואָס מ'גיט פאַר דער ישיבה, ווערט פאַרוואַנדלט אין תורה, עבודה און גמילות-חסדים – די דריי עמודים אויף וועלכע עס שטייט די וועלט, די גרויסע וועלט, ווי אויך די "קליינע וועלט" פון יעדן אידן, וואָס יעדער איד, מאַן און פרוי, איז אַ וועלט פאַר זיך. און דורכדעם ווערט פאַרשטאַרקט און פאַרטיפט דער פאַרבונד פון אידן מיטן אויבערשטן ית', און דער אויבערשטער פון זיין זייט גיט אַלץ וואָס מ'דאַרף אין בני חיי ומזוני רויחי, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

בכבוד ובברכה להצלחה מופלגה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 263, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

מח שליט על הלב: ראה תניא פי"ב. פי"ז.

גוי אחד בארץ: שמואל-ב ז, כג. ועוד.

יערלעכער באַנקעט: ראה גם לעיל אגרת ט'תריז.

די דריי עמודים: אבות פ"א מ"ב.

די "קליינע וועלט": תנחומא פקודי ג. תקו"ז תס"ט (ק, ב. קא, א).

מידו המלאה כו': נוסח ברכה הג' דברכת המזון.