ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ראש חודש שבט, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

צו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס – אין אַלגעמיין, און צו די אָנטיילנעמער אין דער יערלעכער מלוה מלכה – בפרט

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אַזוי ווי די יערלעכע מלוה מלכה פאַר בית רבקה קומט הייאָר פאָר געציילטע טעג נאָך דעם טאָג פון הסתלקות (יאָרצייט) פון דעם גרינדער פון בית רבקה, כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, איז ספּעציעל צייטלעך צו דערמאָנען זיינעם אַ וואָרט, וואָס האָט בשעתו – און ביז היינט – געשאַפן אַ ווענדפּונקט אין דעם מצב פון אידישקייט אין דעם לאַנד.

גלייך ביים אָנקומען אין אַמעריקע אין שנת ה'ת"ש, ווען דער רבי דער שווער האָט אַנטפּלעקט זיין ג-טלעכע שליחות אין דעם לאַנד – צו מאַכן אַמעריקע פאַר אַ מקום תורה ויראת שמים, האָט מען עם געפרעגט: "דאָ איז דאָך אַמעריקע, נישט ווי אינדערהיים?" האָט דער רבי דער שווער געענטפערט:

"אַמעריקע איז ניט אַנדערש; בנוגע תורה און מצוות איז אַמעריקע ניט קיין אויסנאַם!"

דער דאָזיגער וואָרט איז פון ספּעציעלער באַדייטונג פאַר אידישע פרויען, און אין געוויסע הינזיכטן נאָך מער ווי פאַר מענער. פרויען אין אַלגעמיין האָבן אַ נייגונג נאָכגיין די לעצטע "מאָדעס", און ניט זעלטן רירט די מאָדע אָן דעם ענין פון צניעות. דאַרפן אידישע פרויען וויסן, אַז די זעלבע תורה און מצוות, און דער זעלבער פּרינציפּ פון כל כבודה בת מלך פנימה (דער גאַנצער כבוד פון אַ אידישער טאָכטער איז אַן אינערלעכער), וואָס זיינען געווען גילטיג אינדערהיים זיינען אויך גילטיג אין אַמעריקע. די זעלבע טראַדיציע פון האַרציגע אידישע פרויען, וועלכע זיינען געווען די ערשטע צו העלפן בויען דעם משכן (מקדש) פאַר דעם גאַנצן פאָלק ישראל, און דעם משכן און מקדש באַ זיך אינדערהיים, אַז עס זאָל זיין אַ היים וואָס דער אויבערשטער ית' קען זאָגן אויף דעם ושכנתי בתוכם, אַז דאָס איז אַ היים פאַר דער ג-טלעכער שכינה כביכול – איז אויך גילטיג דאָ אין אַמעריקע, ווי אַמאָל אינדערהיים אויף יענער זייט ים.

און צו העלפן פאַרווירקלעכן אָט די טראַדיציעס און אָנהאַלטן דעם המשך פון תורה און מצוות, צניעות וכו' צווישן די אידישע פרויען, וואָס די פרוי איז די עקרת הבית, דער פונדאַמענט פון דער אידישער היים – האָט דער רבי דער שווער בשעתו געגרינדעט די "בית רבקה" שולעס על טהרת הקודש.

איז דאָך איבעריג מאריך צו זיין וועגן דער וויכטיקייט און נויטווענדיקייט פון די בית רבקה מוסדות פאַר אידישע טעכטער, און וועגן דעם גרויסן זכות וואָס יעדער איינער פון אייך, עסקנים און פריינט פון בית רבקה, האָט אין שטיצן די דאָזיגע מוסדות און העלפן פאַרשטאַרקן און אויסברייטערן זיי. וואָס דאָס איז אויך אַ "כלי" צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'דאַרף, אידישע נחת פון קינדער, געזונד און פרנסה בהרחבה, בגשמיות וברוחניות.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 364, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

האָט מען עם געפרעגט: ראה סה"ש ה'תש"ה ע' 75.

האָט דער רבי . . געענטפערט: ראה גם לעיל חכ"ב אגרת ח'תקצג, ובהנסמן בהערות שם.

דעם ענין פון צניעות: ראה גם לקמן אגרת ט'תתנב. ט'תתצט. ט'תתקמב.

כל כבודה בת מלך פנימה: תהלים מה, יד.

אידישע פרויען . . די ערשטע . . דעם משכן: ראה ויקהל לה, כב. רמב"ן עה"פ. ועוד. לקו"ד ח"ג תקעא, ב ואילך.

ושכנתי בתוכם: תרומה כה, ח. וראה אלשיך עה"פ. של"ה סט, א. ועוד.

עקרת הבית: ראה ב"ר פע"א, א. זח"א קנד, א.