ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, שושן-פורים, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

צו דער 27טער יערלעכער מסיבה פון די "נציבי הישיבה" תומכי-תמימים ליובאַוויטש אין מאָנטרעאַל

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דער יערלעכער באַנקעט פון ישיבת תומכי-תמימים, וואָס קומט פאָר געציילטע טעג נאָך פּורים, וועט זיכער אויך אָפּשפּיגלען דעם גייסט פון פּורים, וואָס אייגנטלעך איז פאַראַן אַ ספּעציעלע שייכות צווישן זיי.

המן'ס גזירה איז געווען פאַרבונדן מיט דער טענה: ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים . . ודתיהם שונות מכל עם – "פאַראַן איין פאָלק צעשפּרייט און צעטיילט צווישן די פעלקער . . און זייערע געזעצן זיינען אַנדערש פון יעדן פאָלק". המן האָט געטענה'ט, אַז דאָס וואָס אידן זיינען אָפּגעזונדערט, מישן זיך ניט אויס אין דער אַרומיגער געזעלשאַפט, און האַלטן זייערע אייגענע געזעצן, איז ניט גוט פאַר דער מדינה און אויך ניט פאַר די אידן.

אַרויסגעוויזן האָט זיך פּונקט פאַרקערט: די ישועה איז געקומען ניט דורך ענדערן דעם כאַראַקטער און וועזן פון אידן און אידישן פאָלק, נאָר אדרבה, דוקא דורך פאַרשטאַרקן די אידישע אייניקייט און אַנדערשקייט – דעם ישנו עם אחד און ודתיהם שונות. און דאָס האָט ניט נאָר אויסגעהיט דעם אידישן פאָלק, נאָר האָט אויך געבראַכט אַ דערהויבונג צו אַלע מדינות פון אחשורוש, ווען די אָנפירערשאַפט פון דער מדינה איז איבערגעגעבן געוואָרן אין די הענט פון מרדכי היהודי – דער איד וואָס בויגט זיך ניט און בוקט זיך ניט (לא יכרע ולא ישתחוה).

די קלאָרע אָפּלערנונג דערפון איז, אַז בשעת אידן זיינען אין גלות, צעשפּרייט און צעזייט צווישן די פעלקער, טאָר מען ח"ו ניט טראַכטן, אַז דורכדעם וואָס מ'וועט חלילה אויפגעבן די אידישע אַנדערשקייט און דעם אידישן לעבנס-וועג און נאָכטאָן די סביבה אַרום, וועט מען פאַרזיכערן דעם אייגענעם מצב און העלפן די געזעלשאַפט אין וועלכע מען לעבט. דער אמת איז פּונקט פאַרקערט: אָפּהיטן די אידישע איינציקייט און אַנדערשקייט און דוקא דורך דתיהם שונות, פירן דעם טאָג-טעגלעכן לעבן אין איינקלאַנג מיט די אייביקע געזעצן און ווערטן פון דער תורה הקדושה – דאָס איז דער איינציקער וועג צו פאַרזיכערן דעם אידישן קיום, און אגב אויך צו געווינען דעם צוטרוי און אָפּשיי מצד די פעלקער.

עס איז פאַרשטענדלעך, אַז כדי אָנצוהאַלטן די דערמאָנטע פולשטענדיגע אידישע זעלבסטשטענדיקייט בשעת מ'איז אַ קליינער מיעוט אין אַן איבערוויגענדער און אָפט אומפריינטלעכער סביבה, פאָדערט זיך אַ שטאַרקייט פון כאַראַקטער ביז צו מסירת-נפש, ווי דאָס איז געווען אין דער צייט פון פּורים אַמאָל. דעריבער איז עס אַ לעבנס-נויטווענדיקייט אָנצוהויבן אַנטוויקלען דעם אמת אידישן גייסט פון דער פריסטער יוגנט אָן. און דאָס איז אויך די אויפגאַבע פון ישיבת תומכי-תמימים ליובאַוויטש אין מאָנטרעאַל – צו דערציען די תלמידים אין דעם גייסט ביז צו מסירת-נפש, זיי זאָלן זיין "תמימים" – גאַנצע אידן אין זייער קערפּערלעכן, גייסטיקן און נשמה-לעבן, וואָס אין דעם ליגט זייער אמת'ער גליק, במילא אויך דער גליק פאַר זייערע עלטערן, פאַר כלל ישראל און פאַר דער גאַנצער סביבה.

השם יתברך זאָל מצליח זיין די יערלעכע אונטערנעמונג בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה בכל האמור ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש חט"ז ע' 633.

ישנו עם אחד גו': אסתר ג, ח.

המן האָט געטענה'ט: ראה תרגום ותרגום שני עה"פ שם.

לא יכרע ולא ישתחוה: שם, ב.

מסירת-נפש . . פורים: ראה תו"מ סה"מ אדר ע' נה ואילך. וש"נ.