ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ט"ו אדר, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

נשי חב"ד אין מאָנטרעאַל

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען אַ גרוס פון אייער אַרבעט דורך הרבנית מרת גאלדא תחי' שוויי, צוזאַמען מיט די געשאַפענע "מעות חטים", לויט דער בייגעלעגטער קבלה.

די הצלחה אין דעם געביט פון מעות חטים איז זיכער אַ באַווייז אויף הצלחה אויך אין די אַנדערע טעטיקייטן פון די נשי חב"ד, און השם יתברך זאָל העלפן אַז אַלע טעטיקייטן זאָלן אָנגיין אין אַ גרעסערע און ברייטערע מאָס. און כאטש מיר אַלע האָבן דעם אינערלעכן וואונש, אַז אידן זאָלן זיך אַליין מפרנס זיין און זאָלן ניט דאַרפן אָנקומען צו מעות חטים אד"ג, אָבער ביז דאָס וועט זיין אַזוי איז דאָך נויטיג צו שאַפן די גרעסטע מעגלעכע הילף פאַר די נויטבאַדערפיגע, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

און ווי וויכטיג עס איז דער אָנטייל פון אידישע פרויען ווערט אונטערשטראָכן אין די טעג פון פורים, און ספעציעל אין דער מגילה, ווי עס איז אויך דערמאָנט געוואָרן ביים פאַרברענגען, אַז כאָטש אסתר האָט אַלעס געטאָן לויט די אָנווייזונגען פון מרדכי (ואת מאמר מרדכי אסתר עושה), און טאַקע אויך דערפאַר, ווערט די מגילה ניט אָנגערופן אויף מרדכי'ס נאָמען, אויך ניט אויף ביידענס נעמען, נאָר דוקא אויף אסתר'ס נאָמען אַליין – מגילת אסתר.

בברכה להצלחה באופן דהולך ומוסיף ולבשורות טובות.


דערמאָנט . . פאַרבריינגען: שיחת פורים (שיחות קודש תשכ"ט ח"א ע' 445 ואילך).

ואת מאמר מרדכי אסתר עושה: אסתר ב, כ.

דוקא אויף אסתר'ס נאָמען: ראה גם לעיל אגרת ט'תרנח, ובהנסמן בהערות שם.