ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, י"ג אייר, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

מרת זלאַטע תחי' אַלטהויז

ברכה ושלום!

די טעג האָב איך זיך דערוואוסט דורך אייער זון בנציון בנימין שי' וועגן פאַרלוסט (להבדיל בין חיים לחיים) פון אייער אייניקל האברך יורם הי"ד.

דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז פון איצט אָן און ווייטער זאָל זיין נאָר שמחות באַ יעדן אידן און באַ אַלע אידן צוזאַמען, שמחות בטוב הנראה והנגלה, און ווי דער נוסח פון דורי-דורות: אַך טוב וחסד ימצאם תמיד כל הימים.

און די נחמה אין דעם איז דאָך אויסגעדריקט געוואָרן אין דעם קורצן נוסח, איין זאַץ וואָס אַנטהאַלט אָבער דעם גאַנצן עיקר, אַז די פּאַסירונג איז פאַרבונדן – און דערפאַר איז אויך די נחמה פאַרבונדן – מיט נחמת ציון וירושלים, וואָס זי קומט דאָך פון מנחם ציון ובונה ירושלים, פון אויבערשטן אַליין; וואָס ער ווייסט דאָך דאָס באַהאַלטענע אין פּאַסירונגען וועלכע זיינען ניט פאַרשטענדלעך פאַרן מענטשלעכן שכל, און ער האָט דאָך בכוח צו טרייסטן מיט אַן אמת'ע נחמה, אַז אפילו דער מענטש באַנעמט דאָס אויך און ווערט געטרייסט.

מיט אַ וואונש צו אריכות ימים ושנים טובות און, ווי געשריבן אויבן, זאָל פון איצט אָן און ווייטער זיין דער אינהאַלט פון ידיעות נאָר בשורות טובות בטוב הנראה והנגלה.

ובברכת הצלחה בעבודתה לטובת בנות ישראל תחי'.


מרת זלאַטע אַלטהויז: אגרות נוספות אלי' – לעיל חכ"ג אגרת ח'תשלו, ובהנסמן בהערות שם.

האברך יורם: ביאלר, נהרג ביום ד' אייר שנה זו, בעת שירותו בצה"ל.

אין דעם קורצן נוסח: ראה גם לעיל חכ"ה אגרת ט'שפא, ובהנסמן בהערות שם.

מנחם . . ירושלים: חתימת ברכת "נחם" דט' באב.