ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, אין די טעג פון ספירה, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

צו דער פערצענטער יערלעכער קאָנווענשאָן

פון נשי ובנות חב"ד

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אַזוי ווי די יערלעכע קאָנווענשאָן קומט היי-יאָר פאָר אין די טעג פון ערב ראש-חודש און ראש-חודש סיון, איז כדאי אַריינצוטראַכטן זיך אין דער באַדייטונג פון ראש-חודש בכלל, און ראש-חודש סיון בפרט, אין באַצוג צו דער אידישער פרוי. אין געוויסע הינזיכטן האָט ראש-חודש אַ ספּעציעלע באַדייטונג פאַר פרויען נאָך מער ווי פאַר מענער, וואָס דערפאַר זיינען פאַראַן ספּעציעלע ראש-חודש מנהגים פאַר פרויען אַליין.

ראש-חודש סיון, דער טאָג ווען די אידן זיינען געקומען צו באַרג סיני, דערמאָנט און באַטאָנט אין אַ בולט'ן אופן די ספּעציעלע גייסטיגע אייגנשאַפטן פון אידישע פרויען, ווי אויך זייער ספּעציעלן זכות, אין צוזאַמענהאַנג מיט קבלת-התורה, און באַלד דערנאָך אויך אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם ערשטן נסיון נאָך מתן-תורה.

ווי חכמינו ז"ל אונטערשטרייכן, האָט דער אויבערשטער געהייסן משה רבנו ריידן וועגן קבלת התורה צוערשט מיט די פרויען און דערנאָך צו די מענער. דאָס האָט באַטאָנט, אַז פרויען האָבן אַ ספּעציעלע פאַראַנטוואָרטלעכקייט פאַר דער אויפהאַלטונג פון תורה ומצוות, און דער דאָזיגער אחריות-געפיל האָט זיך בולט אויסגעדריקט ביים ערשטן נסיון נאָך מתן תורה, ווען די פרויען זיינען עם פולשטענדיק בייגעשטאַנען און קאַטעגאָריש אָפּגעזאָגט יעדע שייכות מיט דעם, אפילו אומדירעקט דורך געבן עטוואָס פון זייער גאָלד צירונגען. דעריבער האָבן די פרויען זוכה געווען, אַז ראש-חודש ברענגט זיי אַ ספּעציעלן שכר אין דער וועלט און אַ ספּעציעלן שכר אויך אין עולם הבא, ווי עס ווערט דערציילט אין פרקי דרבי אליעזר (פרק מ"ה). דאַגעגן, ווען עס האָט זיך שפּעטער געהאַנדלט וועגן בויען דעם משכן, זיינען די פרויען ווידער געווען די ערשטע צו געבן פון זייערע טייערסטע צירונגען פאַר דעם משכן.

אַזוי אַרום, סיי אין דעם געביט פון סור מרע – אָפּקערן זיך פון שלעכטס, און סיי אין דעם געביט פון עשה טוב – טאָן גוטס, האָבן זיך אידישע פרויען אויסגעצייכנט מיט זייער גרייטקייט און אָפּפערוויליקייט. אַזוי אויך אין אַלע צייטן ווערט פון פרויען ערוואַרטעט אַז זיי זאָלן זיין די ערשטע און ווייזן אַ מוסטער פאַר די מענער, וואָס דאָס מיינט אויך, אַז דער אויבערשטער האָט זיי באַשאָנקען מיט ספּעציעלע כוחות און אייגנשאַפטן צו דערפילן די דאָזיגע ערוואַרטונגען.

די טרעפלעכע צייט פון דער קאָנווענשאָן וואָס איז פאַרבונדן מיט ראש-חודש פון קבלת התורה, וועט דעריבער זיכער אַרויסרופן און פאַרשטאַרקן די פּאַסנדע שטימונג. וואָרום די גאַנצע תורה איז איינגעטיילט אין די צוויי דערמאָנטע שטריכן: סור מרע און עשה טוב, וואָס דאָס איז אויך דער אינהאַלט פון די ערשטע פון די עשרת הדברות – אנכי און לא יהי' לך – וואָס אידן האָבן געהערט מפי הגבורה (דירעקט פון ג-ט).

דעריבער איז צו האָפן, אַז יעדע און אַלע באַטייליגטע וועלן דורך דער קאָנווענשאָן דערמוטיקט ווערן צו פאַרשטאַרקן זייער טעטיקייט צו פאַרשפּרייטן אידישקייט מיט חסידישער לעבעדיקייט און וואַרעמקייט, אין די ראַמען פון דער פּראָגראַם פון נשי ובנות חב"ד, אין אַ שטייגענדן אופן.

בברכה להצלחה ברוחניות ובגשמיות ולבשורות טובות בכל האמור,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 240, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

ראש-חודש מנהגים פאַר פרויען: ראה טושו"ע או"ח הלכות ר"ח סתי"ז, ובנ"כ שם.

ראש-חודש סיון . . סיני: יתרו יט, א ובמכילתא ופרש"י עה"פ.

ווי חכמינו ז"ל אונטערשטרייכן: מכילתא ובפרש"י עה"פ יתרו יט, ג. וראה לקו"ד כרך ג תקעא, ב ואילך.

פרקי דרבי אליעזר: הובא בטור ובנ"כ השו"ע שם. הובא ונתבאר באוה"ת תשא ע' א'תתקפה ואילך.

בויען דעם משכן . . פרויען . . די ערשטע: ראה ויקהל לה, כב. רמב"ן עה"פ. ועוד. וראה ג"כ לעיל אגרת ט'תרמ.

סור מרע . . עשה טוב: תהלים לד, טו. לז, כז.

אנכי . . לא יהי' לך: יתרו כ, ב-ג. ואתחנן ה, ו-ז. וראה תניא פ"כ. תו"ש יתרו כרך טז מילואים אות א. וש"נ.

מפי הגבורה: מכות כד, רע"א. וש"נ.