ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ערב שבת קודש מברכים סיון, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

תלמידות המסיימות "בית רבקה"

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען אייער בריוו, אין וועלכן איר שרייבט אויך וועגן אייער גראַדואירונג פון "בית רבקה" היי-סקול ענדע לערן-יאָר.

השם יתברך זאָל העלפן, אַז דער סיום זאָל זיין בשעה טובה ומוצלחת און זאָל דינען אַלס צוגרייטונג צו אַ פאָרגעזעצטע און העכערע אויסבילדונג, סיי אין ידיעות, און בעיקר, אין לימוד המביא לידי מעשה, אין טאָג-טעגלעכן לעבן בדרך התורה והמצוה.

דער מכתב כללי צו נשי ובנות חב"ד – וואָס איז דאָ בייגעלייגט – האָט אַ ספּעציעלע שייכות צו יעדער איינער פון אייך, וואָס איר האָט זוכה געווען צו באַקומען אייער דערציאונג אין דעם גייסט, אין בית-רבקה. עס איז צו האָפן, אַז יעדע איינע פון אייך וועט זיכער טאָן און ווירקען לויט דעם אינהאַלט פון דעם בריוו, און דער אויבערשטער זאָל אייך באַגליקען אין דעם, ווי אויך אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

דער זכות פון צדקה וואָס איר האָט זיך בייגעשטייערט – און די קבלה איז בייגעלייגט – זאָל אייך אַלעמען, בכלל און בפרט, ביישטיין למילוי משאלות לבבכן לטובה.

בברכה לחג שבועות שמח ולקבלת התורה בשמחה ובפנימיות,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר


דער מכתב כללי: דלעיל אגרת ט'עתר.