ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס איז שוין מערערע מאָל אונטערשטראָכן געוואָרן, אַז אַלע ענינים אין תורה – וואָס תורה איז פון לשון הוראה, אָפּלערנונג – דינען אַלס אָנווייזונג אין טאָג טעגלעכן לעבן. די ימים טובים האָבן, פאַרשטייט זיך, גאָר וויכטיגע און כללות'דיגע אָנווייזונגען, יעדער יום טוב לויט זיין אינהאַלט: פסח – זמן חירותנו – גיט אַ הוראה וואָס אמת'ע חירות (פרייהייט) איז; שבועות – זמן מתן תורתנו – לערנט אונז, הויפּטזעכלעך, צו פאַרשטיין וואָס תורה איז; סוכות – זמן שמחתנו – גיט אונז אַ טיפערן געפיל און פאַרשטאַנד וואָס שמחה איז.

ראש השנה – וואָס באַצייכנט די צייט פון וועלט-באַשאַף: זה היום תחלת מעשיך זכרון ליום ראשון (דאָס איז דער טאָג פון דעם אָנהויב פון דיינע טואונגען, אַן אָנדענק צום ערשטן טאָג) – גיט אַן אַלגעמיינע אָנווייזונג וועגן דער בריאה און וועגן תכלית פון דעם גאַנצן וועלט-באַשאַף.

***

מען שטעלט זיך אויף דעם וואָס ראש השנה ווערט באַצייכנט אַלס "זה היום תחלת מעשיך", אין דער צייט וואָס אייגענטלעך איז ראש השנה אין דעם זעקסטן טאָג פון מעשה בראשית.

די ערקלערונג איז געגעבן געוואָרן פון אונזערע חכמים זכרונם לברכה: וויבאַלד אַז דער מענטש איז דער תכלית און אינערלעכע כוונה פון אַלע טיילן פון דער בריאה, וויבאַלד אַז מיט דעם מענטשן איז דער גאַנצער באַשאַף דערגענצט און פאַרפאָלקאָמט געוואָרן – איז גלייך ווי דער מענטש שטעלט מיט זיך פאָר די גאַנצע בריאה און איידער ער איז באַשאַפן געוואָרן איז, אַזוי צו זאָגן, קיין בריאה ניט געווען.

עס שטעלט זיך אָבער די פראַגע, ווי קען מען אַזוי זאָגן – בשעת עס איז דאָ אַזאַ גרויסע וועלט אַ חוץ דעם מענטשן – ווי געזאָגט: מה רבו מעשיך ה' (ווי פילע זיינען דיינע מעשים), מה גדלו מעשיך ה' (ווי גרויס זיינע דיינע מעשים)? ואדרבא, באַטראַכטענדיג די גאַנצע בריאה, שוין מיט די מענטשן, איז דאָך דער מין המדבר (דער מענטש) פיל ווייניקער פון די בעלי חיים (לעבעדיקע באַשעפענישן), און נאָך ווייניקער – פון צומח (פלאַנצן), און נאָך ווייניקער – פון דומם (אומבאַוועגליכע זאַכן, ווי ערד, שטיינער, אד"ג)?

איז דער ענטפער אויף דעם

– און אין דעם באַשטייט איינע פון די הויפּט הוראות פון ראש השנה וועגן דער גאַנצער בריאה:

דער סדר אַז מער פון אַלעמען איז דאָ – דומם, און דאַן קומט – צומח, נאָכדעם – חי און ערשט דערנאָך – מדבר – איז דאָס ווען מ'רעכנט זיך מיט כמות (קוואַנטיטעט); אָבער ווען מ'קוקט אויף איכות (קוואַליטעט) איז דער סדר אַ פאַרקערטער: דומם, וואָס האָט ניט קיין סימנים פון לעבן און וואַקסן, פאַרנעמט דעם נידעריגסטן אָרט; העכער פון דעם שטייט – צומח, וואָס וואַקסט, אָבער האָט ניט די אייגנשאַפטן פון לעבעדיקייט און באַוועגלעכקייט פון בעלי חיים; נאָך העכער איז די וועלט פון בעלי חיים, וועלכע זיינען אָבער נידעריגער פון דעם מענטשן, ווייל זיי האָבן ניט דעם שכל פון אַ מענטשן, דער העכסטער פון אַלע נבראים. וואָרום כאָטש אַ בעל-חי האָט שכל, איז אָבער דער שכל ביים בעל-חי ניט אַן ענין פאַר זיך, נאָר ער איז אַ משרת, און דינט די נאַטירלעכע באַדערפענישן פון דעם בעל-חי. אָבער דער מענטשלעכער שכל – אויב דער מענטש פירט זיך ווי אַ מענטש און ניט ווי אַ בעל-חי – איז ניט כדי צו זיין אַ משרת באַ זיינע נאַטירלעכע באַדערפענישן, ווי עסן, טרינקען אד"ג. נאָר – דער שכל איז אַ תכלית פאַר זיך. און נאָכמער: דער ציל און שלימות פון שכל האדם איז, אַז ניט נאָר ווערט דער שכל ניט באַנוצט בלויז אַלס אינסטרומענט צו באַפרידיגן די פיזישע באַדערפענישן, נאָר, פאַרקערט ווי באַ בעלי חיים, ווערן באַם מענטשן אַלע ענינים פון עסן און טרינקען אד"ג – משרתים פונם שכל, כדי אַז דער מענטש זאָל קענען שטייגן אין שכל'דיגע און גייסטיגע ענינים העכער און העכער.

דאָס איז אָבער נאָך ניט די אמת'ע שלימות פון דעם מענטשן. די אמת'ע שלימות ווערט דערגרייכט ווען דער שכל ברענגט דעם מענטשן צו דער אַנערקענונג, אַז עס איז דאָ דער וואָס איז העכער פון שכל, ביז אַז דער שכל ווערט בטל צו דעם וואָס איז העכער פון שכל.

קלאָרער געזאָגט: די שלימות פון מענטשן איז ווען דער שכל אַנערקענט, אַז דער מענטש, און צוזאַמען מיט עם די גאַנצע וועלט, דאַרף שטרעבן צו ווערן בטל און זיי ווערן בטל צום אויבערשטן, דער באַשעפער פון דער גאַנצער וועלט און דער אָנפירער פון אַלץ און אַלעם אין דער וועלט.

דעם ערשטן ראש השנה, איז די דאָזיגע שלימות דערגרייכט געוואָרן דורך דעם ערשטן מענטשן, דורך אדם הראשון. אדם הראשון האָט גערופן (און אויסגעפירט) אין דער גאַנצער וועלט אַרום: בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו ("קומט, מיר וועלן זיך בוקן, נויגן און קניען פאַר ג-ט אונזער באַשעפער").

די דאָזיגע אויפפּאַסונג איז אַקטועל און דאַרף דורכדרינגען אונזער טאָג טעגלעכן לעבן ווי מען זעט עס פון דער באַשטימונג פון "שיר של יום" פון יעדער וואָך אַ גאַנץ יאָר: דעם זעקסטן טאָג אין וואָך (דער טאָג פון אדם הראשון'ס באַשאַפונג) איז דער שיר: ה' מלך גאות לבש – דער אויבערשטער טוט קיניגן, ער האָט זיך מיט גרויסקייט באַקליידט – ווייל דאָס איז געווען דער אויפטו פון אדם הראשון, וואָס ער האָט באַלד אַנערקענט די ג-טלעכע הערשאַפט און האָט זיך און די גאַנצע בריאה אויפגעהויבן צו בטל זיין פאַר ה' עושנו, צו מלך כל הארץ.

***

די אַלגעמיינע אָפּלערנונג פון דאָס אויבנגעזאָגטע אין קורצן:

ווען אַ מענטש באַטראַכט זיך, זעט ער אַז ס'רוב פון זיין לעבן און ס'רוב פון זיינע ענינים גייען אַוועק אויף זאַכן וועלכע זיינען, אויפ'ן ערשטן קוק, גשמיות'דיקע און וועלטלעכע, ווי עסן, טרינקען, שלאָפן אד"ג, מיט אַלע צוגרייטונגען דערצו. מען זעט אויך, אַז צווישן דעם מין המדבר איז די צאָל פון וועלטלעכע מענטשן פיל מער פון די "גייסטיגע", און בכלל זעט מען אַרום זיך אַ גרויסע מאַטעריעלע און פיזישע וועלט אַריינגעטאָן אין גשמיות'דיקע ענינים. קען דאָס אַמאָל פירן צו אַ ספק און אַ פאַלשן געדאַנק, אַז אפשר זיינען די מאַטעריעלע און פיזישע ענינים דער עיקר אין דער וועלט.

קומט ראש השנה און לערנט אונז, אַז דער אמת איז פּונקט פאַרקערט: עס זיינען טאַקע דורך פינף טעג און אַ טייל פון דעם זעקסטן טאָג פון מעשה בראשית אויף אַלערליי באַשעפענישן. פונדעסטוועגן איז דוקא דער מענטש – וואָס אין כמות, אין צייט און אָרט, איז ער גאָר אַ קליינע טייל פון דער בריאה – דער עיקר און תכלית פון דעם גאַנצן באַשאַף. און אין מענטשן גופא, איז ניט דער גוף וואָס איז עפר מן האדמה (שטויב פון דער ערד) דער עיקר, נאָר די נשמה וואָס דער אויבערשטער האָט אין עם איינגעאָטעמט אין איין רגע (ויפח באפיו נשמת חיים), אַ נשמה וועלכע איז – חלק אלקה ממעל ממש. און ערשט נאָכדעם ווי עס איז באַשאַפן געוואָרן דער מענטש מיט דעם ג-טלעכן ניצוץ האָט די גאַנצע בריאה באַקומען אַ ווערט און אַ שלימות, אַזוי אַז דער מענטש ווערט מיט רעכט באַצייכנט אַלס דער "אָנהויב" פון דער בריאה, פון אַלע טיילן פון דער בריאה – זה היום תחלת מעשיך.

דערפון קומט נאָך אַ נעענטערע הוראה: אַז מ'רעדט מיט אַ אידן אַז מ'מוז לערנען תורה און מקיים זיין מצוות אין טאָג-טעגלעכן לעבן, לויט דעם אָנזאָג פון דעם אויבערשטן, דעם באַשעפער פון דער וועלט, וואָס פּאַסט אויף אויף יעדן איינעם און איינע אומעטום און אין יעדע רגע – זיינען פאַראַן אייניגע וועלכע פרעגן: אויב דאָס איז באמת דער תכלית פון דער בריאה, ווי קומט עס אַז די שומרי תורה און מצוות מיט אַלע דקדוקים זיינען דערווייל נאָך ניט אין אַן איבערוועגענדער צאָל? און ווי קומט עס וואָס אידן זיינען בכלל אַ קליינע מינדערהייט צווישן די פעלקער? קומט ראש השנה און לערנט און אונטערשטרייכט: זה היום תחלת מעשיך – דער עיקר איז ניט כמות נאָר איכות, יעדער מענטש קען אויפטאָן אין זיין חלק אין וועלט, ביז – אַז איין מענטש קען אויפהויבן די גאַנצע וועלט. אַז ניט נאָר ער נאָר אַלץ אַרום עם זאָל דערפילן דעם ה' מלך גאות לבש, צו קרוינען דעם אויבערשטן אַלס מלך כל העולם כולו.

וואָס דאָס איז אויך דער ערשטער ענין פון תקיעת שופר – אַלס אַן אויסדרוק פון דער "קרוינונג" פון דעם באַשעפער און קעניג פון דער גאַנצער וועלט.

***

ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע, בתוככי כלל ישראל, זאָל אויפטאָן דאָס אויבנדערמאָנטע אין זיין חלק אין וועלט, אַזוי אַז דורך דער פאַראייניקונג פון אַלע חלקים, וועט די גאַנצע וועלט אַנערקענען די ג-טלעכע מלוכה און עס וועט פאַרווירקלעכט ווערן און מקויים ווערן בקרוב ממש די תפלה, צוזאַמען מיט אַלע אונזערע תפלות: מלוך על העולם כולו כו' וידע כל פעול כי אתה פעלתו כו' ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה – "קיניג אויף דער גאַנצער וועלט . . און זאָל יעדע באַשעפעניש וויסן אַז דו האָסט עס באַשאַפן . . און זאָל יעדער וואָס האָט אַ נשמה אין זיך זאָגן: ג-ט דער ג-ט פון אידן, קיניגט, און זיין מלוכה הערשט אומעטום".

בברכה לכתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,

מנחם שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 453. תרגום האגרת בלה"ק נדפסה ב"תורת מנחם – אגרות מלך" ח"א ע' סה ואילך.

תורה . . לשון הוראה: ראה זח"ג נג, ב. רד"ק לתהלים יט, ח.

מען שטעלט זיך: ראה גם תו"מ סה"מ תשרי ע' מא. וש"נ.

די ערקלערונג: בהבא להלן ראה גם מכתב מוצש"ק כ"ה אלול ה'תשמ"ג (לקו"ש חכ"ד ע' 627). ה'תשמ"ז (לקו"ש חל"ד ע' 323). וש"נ.

ביום השמע"צ תרע"ג: המשך תער"ב ח"א ע' קנח ואילך.

בואו . . עושנו: תהלים צה, ו.

ה' מלך גאות לבש: תהלים צג, א. וראה פרקי דר"א פי"א.

ואכ"מ: ראה גם לקו"ש ח"ד ע' 1146. חי"ד ע' 124.

זה היום . . ראשון: תפלת ר"ה (ר"ה כז, א).

די ערקלערונג: ראה בחיי בראשית א, יג. ר"ן לר"ה טז, א. חדא"ג מהרש"א שם כז, א. ד"ה זה היום תש"ד, תש"ט ועוד.

דער גאַנצער באַשאַף דערגענצט: ראה ב"ר (פי"א, ו): כל מה שנברא כו' צריכין עשי'.

מה רבו . . מה גדלו: תהלים קד, כד. שם צב, ו. וראה תו"א נו, ב.

איינע פון די הויפּט הוראות: עוד הוראות בזה – ראה מכתב דימי הסליחות דשנת תשי"ג, תשט"ו, תשכ"ד.

ווען מ'קוקט אויף איכות: להעיר מהענין דמצד האור כל מה שלמעלה יותר הוא בבחי' ריבוי יותר והיפכו מצד הכלים (ביום השמע"צ תרע"ג. וראה תו"ח ואוה"ת ר"פ ח"ש ובכ"מ).

אַ בעל חי האָט שכל: ראה ברכות סא, ב. ובכ"מ.

אמת'ע שלימות: ראה שיחת יט"כ דשנת פר"ת. ס' העיקרים מ"ג פ"א (בס' תורת שלום ע' 243).

האָט גערופן: זח"ג ס"פ אמור. וראה ג"כ פדר"א פי"א.

איז דער שיר: סוף מס' תמיד ובפיה"מ שם.

ווען אַ מענטש באַטראַכט: ראה הקדמת הרמב"ם לפיהמ"ש (קרוב לסופה): ד"ה דע כי הקדמונים חקרו.

אַ טייל: ראה רמב"ן בראשית ב, ג. חדא"ג מהרש"א לסנה' (לח, ב) ד"ה שעה.

ניט דער גוף: שיצירתו ארכה כמה שעות (סנה' שם).

עפר . . חיים: בראשית ב, ז.

חלק אלקה ממעל ממש: תניא רפ"ב. וראה איוב לא, ב.

איין מענטש קען: ראה משנה סנה' ספ"ד דמאדה"ר למדים כמה ענינים לכאו"א, ואדרבא – מדיוק הל' לפיכך כו' ללמדך – משמע דבשביל ללמדך – הי' כן.

דער ערשטער ענין: ר' סעדי' גאון הובא באבודרהם. – ומש"כ הרמב"ם בהל' תשובה (פ"ג ה"ד) תק"ש כו' רמז יש בו כלומר עורו ישנים כו' – הביא כענין שני. ופשוט שיש לחלק בין "ענין" ל"רמז". והרי ברמב"ם הובא זה בהל' תשובה ולא בהל' שופר. וראה בהל' שופר פ"א ה"ב. ובכל אופן – הרמב"ם חולק על הרס"ג, שהרי כתב בהל' תשובה (שם) דתק"ש גזה"כ הוא. ואכ"מ.

פאַראייניקונג פון אַלע חלקים: להעיר מתניא פל"ז.

כל פעול: בעולם העשי' (סי' האריז"ל).

אלקי ישראל: ואח"כ וע"י שישראל ממליכים אותו עליהם (ר"ה טז, סע"א) מלך ומלכותו בכל משלה (עיין תו"א ו, ב).