ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ראש חודש כסלו, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ

מו"ה אברהם גד שי' מאַחעראָווסקי

שלום וברכה!

איך האָב ערהאַלטן אייער בריוו פון כ"ב חשון און דעם פריערדיגען.

דאָס וואָס איר שרייבט וועגן די לעצטע געשעענישן וכו', זייט איר גערעכט, אַז איצט איז ניט די פּאַסנדע צייט צו זוכן אַ קונה אויף דעם געשעפט. עס איז אָבער צו האָפן, אַז דאָס איז נאָר צייטווייליג, און אַז די לאַגע וועט זיך מיט דער צייט פאַרבעסערן, אַזוי אַז עס וועט זיין מעגלעך צו פאַרקויפן אויף גינסטיגע באַדינגונגען.

אַזוי ווי מיר זיינען אַריין אין דעם חודש פון גאולה, נסים און ליכטיקייט, זאָל דער אויבערשטער געבן, אַז דאָס זאָל זיין אַזוי אין אַלע אייערע ענינים, פּריוואַטע און אַלגעמיינע, זיי זאָלן זיין פריי פון שוועריקייטן און דורכגעדרונגען מיט ליכטיקייט, בנר מצוה ותורה אור, לויט די הוראות פון די חנוכה ליכט, מוסיף והולך מוסיף ואור.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.


מו"ה אברהם גד מאַחעראָווסקי: אגרת נוספת אליו – לעיל חכ"ה אגרת ט'תט, ובהנסמן בהערות שם. לקמן אגרת ט'תתקנד.

בנר מצוה: משלי ו, כג. וראה בהנסמן לעיל אגרת ט'תשעט הערה ד"ה נר מצוה.

חנוכה . . מוסיף והולך: שבת כא, ב. רמב"ם הל' חנוכה פ"ד ה"א. שו"ע או"ח הל' חנוכה סתרע"א ס"ב.