ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ערב שבת קודש פ' ויצא, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם 14טן יערלעכן באַנקעט פון דער בית רבקה שולע פאַר מיידלעך אין מאָנטרעאַל

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דערמיט שיק איך מיין באַגריסונג און ברכה צו אַלע אָנטיילנעמער, געערטע געסט און פריינד פון דער בית רבקה שולע צו דער געלעגנהייט פון דעם יערלעכן באַנקעט. השם יתברך זאָל העלפן, אַז די אונטערנעמונג זאָל זיין מיט גרויס הצלחה.

די פייערונג, וואָס קומט פאָר אויף מאָרגן נאָך י"ט כסלו, דער חג הגאולה פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן-ערוך און גרינדער פון חב"ד, וועט זיכער צוגעבן אַ ספּעציעלע באַדייטונג צו דער אונטערנעמונג. וואָרום, ווי באַקאַנט, האָט דער אַלטער רבי געשטעלט די גרעסטע הדגשה אויף דעם ענין פון חינוך בכלל, אַריינגערעכנט אויך די דערציאונג פון אידישע טעכטער. אויך אין דער משפחה פון דעם אַלטן רבי'ן איז געווען אַ טראַדיציע פון געלערנטע פרויען, כאָטש אין יענע יאָרן איז דאָס געווען בכלל אַן אויסנאַם, אַזוי ווי די אומשטענדן דאַן האָבן דאָס ניט שטאַרק געפאָדערט, ווי דאָס ווערט דערציילט אין די זכרונות פון כ"ק מו"ח, דער רבי דער שווער זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

און וויבאַלד מען האָט דאָס אונז דערציילט און באַשריבן מיט פיל איינצלהייטן, איז אַ סימן אַז דאָס איז אַן אָנווייזונג, אַז אַזוי דאַרף דאָס זיין, בפרט אין אונזערע צייטן, ווען די גאַנצע הנהגה פון דער אידישער היים איז אין אַ גאָר גרויסער מאָס אָפּהענגיק פון דער פרוי און מוטער, וואָס איז טיטולירט אַלס "עקרת הבית" – דער יסוד פון דער אידישער הויז. דעריבער איז עס אַ ספּעציעל לעבנסוויכטיגע נויטווענדיקייט, אַז אידישע טעכטער זאָלן [זיין] גוט צוגעגרייט פאַר זייער העכסט-וויכטיגע לעבנס-אויפגאַבע.

דאָס איז דאָך דער צוועק פון דער בית רבקה שולע פאַר מיידלעך, און דערפאַר איז דאָס אַן ערשטע פליכט, ווי אויך אַ גרויסער זכות, צו העלפן שטיצן און אויסברייטערן די בית רבקה שולע. און די וועלכע האָבן א חלק אין דעם וועלן זיכער געבענטשט ווערן מיט כל טוב, און ספּעציעל מיט אידישע נחת פון די אייגענע קינדער און קינדס-קינדער שי', אין גוטן געזונד און מיט הצלחה בגשמיות וברוחניות.

בכבוד ובברכה להצלחה.


ווי באַקאַנט: ראה גם לקמן אגרת ט'תשצא.

דערציילט אין די זכרונות: ראה ספר הזכרונות ח"ב פרק פ. צב-צג. צד. קו. ס' השיחות ה'תש"ד ע' 64 ואילך.

"עקרת הבית": ראה ב"ר פע"א, ב. זח"א קנד, א. אוה"ת נ"ך ח"ב ע' תתעא ושם ע' תתנח ואילך.