ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, כ"א כסלו, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

מרת נחמה תחי' שייווער

ברכה ושלום!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען אייער בריוו פון ט"ו כסלו, מיט דער מיטטיילונג וועגן דעם בעפאָרשטייענדן יערלעכן אָוונט לטובת חב"ד-ליובאוויטש טעטיקייט אין דעטרויט.

אַ ספּעציעלן פאַרגעניגען האָט מיר פאַרשאַפט דאָס וואָס עס איז אייך צוגעטיילט געוואָרן דער פאַרדינטער כבוד און זכות צו זיין די פאָרזיצערין פון דעם אָוונט.

איך האָף און איך בין זיכער, אַז די אונטערנעמונג וועט דורכגעפירט ווערן מיט גרויס הצלחה אין אַלע הינזיכטן, אין גשמיות און אין רוחניות, אין איינקלאַנג מיט די סגולה טעג פון חג הגאולה און חנוכה, ווי עס איז אויסגעדריקט געוואָרן אין דעם בייגעלעגטן בריוו פון באַגריסונג און ברכה.

דערביי שיק איך מיינע באַזונדערע און פּערזענלעכע גוטע וואונשן צו אייך, אַלס פאָרזיצערין פון דעם אָוונט. דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז איר זאָלט פאָרזעצן אייער גוטע אַרבעט אין אַ שטייגענדער מאָס, אין גוטן געזונד, מיט נחת און פאַרגעניגען לאורך ימים ושנים טובות.

מיט דער ברכה צו אַ ליכטיגען חנוכה און אַ ליכטיגען תמיד, ולבשורות טובות.


מרת נחמה תחי' שייווער: אגרות נוספות אלי' – לעיל חכ"ד אגרת ט'צ, ובהנסמן בהערות שם. לקמן אגרת ט'תתק.

בייגעלעגטן בריוו: באנגלית. מתאריך "ערב י"ט כסלו, חג הגאולה ה'תש"ל – לידידי חב"ד ליובאוויטש ומחנה גן ישראל דיטרויט, מישיגן, ה' עליהם יחיו".