ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ח' טבת, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ מו"ה יהונתן שי' גרינשפּאַן

שלום וברכה!

איך באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בריוו פון ז' חנוכה מיט דאָס בייגעלעגטע, ווי אויך דאָס וואָס איר האָט געשיקט סעפּאַראַט, די אויסשניטן פון די צייטונגען, בלעטלעך וכו' וואָס איר דערמאָנט אין אייער בריוו.

אַ האַרציגען יישר-כח פאַר צושיקן מיר די דערמאָנטע זאַכן, און ס'איז דאָך באַוואוסט דער מאמר פון אונזערע חכמים ז"ל מילתא אלבישייהו יקירא (שבת י, ב).

השם יתברך זאָל העלפן יעדן פון אונז בתוככי כלל ישראל, אַז אַלע ענינים כלליים און פרטיים, בפרט די ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט נר מצוה ותורה אור, זאָלן לייכטן און שטייגען, לויט דער אָנווייזונג און אָפּלערנונג פון חנוכה – ווען אייער בריוו איז געשריבן געוואָרן – אַז מ'זאָל מוסיף זיין מיט ליכטיקייט פון טאָג צו טאָג, אין גוטן געזונד ובשמחה וטוב לבב.

מיט אַ דאַנק נאָכאַמאָל ובכבוד וברכה.


נר מצוה ותורה אור: משלי ו, כג. ושייך במיוחד לנרות חנוכה – ראה בהנסמן לעיל אגרת ט'תשעט הערה ד"ה נר מצוה.

חנוכה . . מוסיף זיין . . פון טאָג צו טאָג: שבת כא, ב. רמב"ם הל' חנוכה פ"ד ה"א. שו"ע או"ח הל' חנוכה סתרע"א ס"ב.