ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, יום א' לסדר ואלה שמות בני ישראל, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין אָנבליק פון דעם יאָרצייט-הילולא פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן-ערוך, אין דער היינטיגער וואָך, איז אַ דבר בעתו ווידעראַמאָל צו דערמאָנען זיין באַקאַנטן וואָרט: "אַ איד דאַרף לעבן מיט דער צייט" – מיט דער תורה-צייט וואָס איז אָנגעפילט מיט דעם אינהאַלט און גייסט פון דער פרשת השבוע.

די סדרה שמות הויבט זיך אָן מיט דעם אונטערשטרייכן די נעמען פון די קינדער פון ישראל וועלכע זיינען געקומען אין מצרים – ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה, גו'.

דערמיט לערנט אונז די תורה הק', אַז בשעת אידן קומען אַריין אין מצרים, אַ לאַנד וואו דער לעבנס-שטייגער און גאַנצע וועלט-אויפפאַסונג איז דער היפוך פון דעם אידישן גייסט און אידישן דרך, דאַרף מען די ערשטע זאַך באַוואָרענען, אַז די קינדער זאָלן ניט פאַרגעסן ווער זיי זיינען, און ווער זייערע עלטערן זיינען געווען; זיי זאָלן שטענדיג וויסן און געדענקען, אַז זיי זיינען בני ישראל, אידישע קינדער, די קינדער פון אברהם יצחק און יעקב, שרה רבקה רחל און לאה (ווי דאָס איז אָנגעדייטעט אין וואָרט ישרא"ל), וועלכע טראָגן מיט שטאָלץ זייערע אידישע נעמען, און פירן זיך אויף אין טאָג-טעגלעכן לעבן אַזוי אַז מ'קען באַלד דערקענען, אַז דאָס זיינען אידישע קינדער – ראובן, שמעון, לוי און יהודא אאַ"וו.

דאָס קען דערגרייכט ווערן נאָר ווען מ'גיט די קינדער אַ טיף-איינגעוואָרצלטן אידישן חינוך, וואָס גיט זיי די שטאַרקייט צו בלייבן אַ מציאות פאַר זיך, אַ פאָלק פאַר זיך, אונטער די שווערסטע נסיונות פון גלות מצרים, און דאָס איז די פאַרזיכערונג, אַז מ'וועט אַרויס פון מצרים מיט אַלע קינדער, זין און טעכטער, און גאַנצערהייט, גאַנצע און שטאָלצע אידן, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה זאָגן, אַז מיט די זעלבע נעמען וואָס מ'איז אַריין אין מצרים, זיינען זיי אויך אַרויס פון מצרים.

און דאָס איז די נצחיות'דיגע הוראה פון דער נצחיות'דיגער תורה, וואָס איז גילטיג פאַר אַלע צייטן און אַלע לענדער, בפרט אין דער איצטיגער צייט און אין דעם דאָזיגען לאַנד, אַז דער קיום פון אידישן פאָלק און די גאַנצקייט פון דער אידישער היים און די פאַרזיכערונג אַז די אידישע קינדער וועלן בלייבן שטאָלצע און באַוואוסטזיניגע אידן, איז אינגאַנצן אָפּהענגיק פון אַ דורכדרינגלעכן תורה-טרייען אידישן חינוך, אָן פשרות און אָן פאַרוואַסערונג.

די ישיבה תומכי-תמימים ליובאַוויטש, וועלכע האָט אַ לאַנג-יאָריגע טראַדיציע פון חינוך הכשר על טהרת הקודש, דורכגעדרונגען מיט אהבת השם און יראת השם און אהבת ישראל, און האָט ב"ה מצליח געווען אויפצושטעלן דורות שטאָלצע, באַוואוסטזיניגע אידן, מיט אַ געפיל פון אחריות און מסירת נפש פאַר אַ צווייטן אידן – מאַכט איצט צוגרייטונגען צו איר יערלעכע פייערונג.

איך וויל האָפן, אַז אַלע חובבי תורה, און בפרט די עסקנים און פריינד פון דער ישיבה, וועלן מאַכן יעדע אָנשטרענגונג צו פאַרזיכערן דעם דערפאָלג פון דער אונטערנעמונג, פינאַנציעל און גייסטיג.

בשכר זה וועט השי"ת זיי און זייערע בני-בית שיחיו מצליח זיין אין זייערע אייגענע ענינים, בפרט – אמת'ע אידישע נחת פון זייערע קינדער און אייניקלעך שיחיו, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 243 והושלמה ע"פ צילום האגרת.

ואלה . . מצרימה גו': שמות א, א.

באַקאַנטן וואָרט: ראה סה"ש ה'תש"ב ע' 29 ואילך. "היום יום" ב' חשון.

אָנגעדייטעט . . ישרא"ל: ראה ס' מנחה בלולה (פ' וישלח). הובא במדרש תלפיות ענף ישראל. ועוד.

אונזערע חכמים: ויק"ר פל"ב, ה. וש"נ.

נצחיות'דיגער תורה: ראה גם תניא רפי"ז. ובכ"מ.