ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ראש חודש שבט, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

נשי ובנות חב"ד

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין אָנבליק פון דעם יאָרצייט-הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל אין דעם צענטען טאָג פון דעם חודש, וואָס די קביעות דעם יאָר איז ווי דאָס איז געווען אין טאָג פון הסתלקות מיט 20 יאר צוריק, ביום השבת קודש פ' בא –

איז זיכער איבעריג צו אונטערשטרייכן, אַז דער צוועק פון דערמאָנען און אָפּהיטן אַן אָנדענקונגס-טאָג באַ אידן איז צו ווערן דורכגעדרונגען מיט דעם אינהאַלט און גייסט פון דעם טאָג, אַזוי אַז דאָס זאָל זיך אָפּשפּיגלען אַלע טעג פון יאָר, אין דער טאָג-טעגלעכער הנהגה בפועל ממש.

אַזוי אויך אין דעם פאַל פון דעם יאָרצייט-הילולא, איז די כוונה דערפון צו ווערן באַגייסטערט מיט דער ליכטיקייט און השפעה פון בעל ההילולא, אַז דאָס זאָל דערוועקן אין יעדן איינעם און איינע פון אונז אַ פאַרשטאַרקונג אין די טעטיקייטן וועלכע ווערן אָנגעפירט אין זיין גייסט און אין האַלטן זיך פעסטער אין זיינע וועגן, ווי ער האָט אונז געלערנט און אָנגעוויזן מיט זיין אייגענעם מוסטערהאַפטן לעבן און זיינע אייגענע טעטיקייטן.

ספּעציעל בנוגע אידישע פרויען און טעכטער בכלל, און נשי ובנות חב"ד בפרט, איז דאָך באַקאַנט ווי שטאַרק ער האָט זיך אינטערעסירט פאַר זייערטוועגן, צו באַלייכטן זייער לעבן און געבן זיי צו פאַרשטיין די טייערקייט פון זייער ראָלע אַלס עקרת הבית – ניט נאָר אַלס די זיילן פון אַ בית בישראל, זייער אייגענע אידישע היים, נאָר אויך אַלס די וועלכע בויען און פאַרזיכערן די צוקונפט פון כל בית ישראל, פון גאַנצן אידישן פאָלק, אויף די יסודות פון תורה און מצוות.

דערביי האָט ער אונטערשטראָכן די גרויסע אחריות און גרויסע זכות וואָס דאָס גיט זיי, ספּעציעל אין אונזער צייט – ווי דאָס איז צו זען פון זיינע שיחות קודש און זיינע פעולות אין געביט פון חינוך הבנות וכו'.

נאָך מער: אָנווייזענדיג די ריכטונג ווי אויך די פליכטן וואָס מ'דאַרף דורכפירן אין לעבן, האָט ער אויך אונטערשטראָכן די נויטווענדיקייט, אַז די אַלע ענינים און טעטיקייטן זאָלן דורכגעפירט ווערן מיט לעבעדיקייט און שמחה, מיט חסידישער ליכטיקייט און וואַרעמקייט, וואָס דאָס גיט צו אַ גרעסערע מאָס הצלחה אין דער כמות און אין דער איכות פון די פעולות, סיי מצד די וועלכע טוען אין דעם און סיי מצד די פאַר וועמען זיי טוען, וואָרום דאַן ווערן אַלע ענינים געטאָן און אויפגענומען מיט האַרציקייט, לויט ווי אונזערע חכמים זאָגן: דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב – האַרציקע ווערטער האָבן אַ האַרציקן אָפּקלאַנג – און גייען ניט פאַרפאַלן.

און נאָך אַ נקודה אין דעם, אַז די פעולות וועלכע ווערן געטאָן מיט וואַרעמקייט, לעבעדיקייט און פרייד, גיבן אַ גרעסערע מאָס אינערלעכע באַפרידיקונג צו די טוערס, און דאָס רופט ארויס באַ זיי אַ פאַרשטאַרקטן רצון צו גיין מחיל אל חיל און מאַכן אַלץ ליכטיקער און ליכטיקער.

דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז דאָס אַלעס אויבנדערמאָנטע זאָל מקויים ווערן באַ אייך און יעדע איינע פון אייך, אין אַן אופן פון מוסיף והולך, אין אַ כסדר שטייגענדער מאָס, און דורכדעם וועלן אויך פאַרגרעסערט און אויסגעברייטערט ווערן די צנורות און כלים צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס יעדערע פון אייך און אַלע אייערע נויטיגען זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

מיט דער ברכה צו אַ גוטן און מוצלח'דיגען חודש בכלל, און אין אַלעס אויבענדערמאָנטע בפרט, און צו בשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 294 והושלמה ע"פ צילום האגרת.

מיט 20 יאָר צוריק: ראה גם לעיל אגרת ט'תתי, ובהנסמן בהערות שם.

אין זיינע וועגן כו': ראה תניא אגרת הקודש סימן ז"ך.

עקרת הבית: ראה בהנסמן לעיל אגרת ט'תשפז הערה ד"ה זה.

אונזערע חכמים זאָגן: ס' הישר לר"ת שער יג, הובא בשל"ה שער האותיות אות ל' (סט, א).

מחיל אל חיל: תהלים פד, ח. וראה ברכות ומו"ק בסופן. שו"ע אדה"ז או"ח סקנ"ה ס"א. וש"נ.