ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, יום ד' לסדר ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון

מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאַוויטש

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאַוויטש, שיק איך אַ באַגריסונג און ברכה צו די געערטע געסט און אַלע אָנטיילנעמער און פריינט פון דער ישיבה.

אַזוי ווי די פייערונג קומט פאָר אויף מאָרגן נאָך שבת פ' יתרו, די סדרה פון מתן-תורה און עשרת הדברות, איז כדאי צו באַמערקן אַ ספּעציעלע שייכות צווישן דער אונטערנעמונג און דעם אינהאַלט פון דער סדרה.

די עשרת הדברות, אין וועלכע עס זיינען איינגעוואָרצלט די גאַנצע תרי"ג מצוות פון דער תורה, הויבן זיך אָן מיט מצוות שבין אדם למקום און ענדיגען זיך מיט מצוות שבין אדם לחבירו. דאָס אונטערשטרייכט, אַז אפילו די סאַמע עלעמענטאַרסטע באַגריפן פון מאָראַל און עטיק קענען האָבן אַ ווערט און אַ קיום נאָר דאַן, ווען זיי זיינען באַגרינדעט אויף אנכי ה' אלקיך און לא יהי' לך אלקים אחרים.

דער גאַנג פון דער אַלגעמיינער געשיכטע פון דער מענטשהייט האָט כסדר באַוויזן, אַז מענטשן און פעלקער קענען ניט פּראָגרעסירן ווען די געזעצן פון מאָראַל און עטיק זיינען ניט באַגרינדעט אויף דעם יסוד פון אמונה אין בורא עולם, נאָר אויף דעם מענטשלעכן שכל אַליין, און קענען דעריבער געענדערט און צוגעפּאַסט ווערן צו די אומגעצוימטע נייגונגען פון דער צייט. דער מצב פון דער היינטיגער וועלט איז דער בעסטער באַווייז אויף דעם.

אין אידישן לעבן, בפרט, קען ניט זיין אַן אָפּגעזונדערטקייט צווישן די מצוות פון בין אדם לחברו און די מצוות פון בין אדם למקום. די אחדות פון דער אידישער אמונה אין ה' אחד, און די אחדות פון אידישן פאָלק, גוי אחד בארץ, דאַרף דורכדרינגען יעדן אידן אין אַלע פרטים פון טאָג- טעגלעכן לעבן, אַזוי אַז עס ווערט געשאַפן אַ הארמאָנישע אייניקייט צווישן די מאַטעריעלע און גייסטיגע ענינים אין דער טאָג-טעגלעכער הנהגה, וואו רוחניות און קדושה איז דער הערשנדער און דעצידירנדער פאַקטאָר.

און אַזוי ווי די דערציאונג פון אַ קינד אין דעם געביט פון בין אדם לחברו – צו האָבן גוטע באַציאונגען צו זיינע חברים, כבוד פאַר עלטערן און עלטערע, אד"ג – מוז זיך אָנהויבן פון קינדווייז אָן, וואָס אין דעם זיינען דאָך אַלע מודה, אַזוי מוז מען אַ אידיש קינד דערציען אין גייסט פון תורה און מצוות פון קינדווייז אָן, וואָס דאַן איז דאָס אן אמת'ער און גאַנצער חינוך, אַ תורה חינוך, אין איינקלאַנג מיט דער אָנווייזונג פון החכם מכל אדם: חנוך לנער על פי דרכו, גם כי יזקין לא יסור ממנה – "דערצי דעם אינגל אויף זיין וועג, אפילו ווען ער וועט אַלט ווערן, וועט ער זיך ניט אָפּקערן דערפון" (משלי כב, ו).

אַזאַ חינוך – אַ גאַנצן חינוך – ווערט באַצוועקט אין די חינוך מוסדות תומכי-תמימים ליובאַוויטש, וועלכע האָבן שוין דערצויגען דורות פון גאַנצע אידן, תמימים, סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו; אַ חינוך וואָס איז דורכגעדרונגען מיט אהבת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל, די דריי אהבות וועלכע ווערן פאַראייניגט און פאַראיינציגט אין דער טאָג-טעגלעכער הנהגה.

דאָס איז אויך די טרייבס-קראַפט, וואָס גיט זיי אויך דעם כח פון מסירת נפש, צו פאַרשטאַרקען, פאַרשפּרייטן און אויפלעבן תורה- אידישקייט אין דעם לאַנד און אין אַלע אַנדערע טיילן פון דער וועלט.

דעם יאָר, נעמענדיג אין אַכט די גרויסע אונטערנעמונג פון דעם נייען בנין פון דער צענטראַלער ליובאַוויטשער ישיבה, איז צו האָפן, אַז אַלע פריינד פון דער ישיבה וועלן מאַכן אַ ספּעציעלע אָנשטרענגונג צו דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער חגיגה, צו שאַפן די נויטיגע הילף און שטיצע פאַר דער ישיבה, זי זאָל קענען אָנגיין מיט איר לעבנסוויכטיגער אַרבעט.

השם יתברך זאָל מצליח זיין יעדן איינעם פון אייך אין דער פולסטער מאָס, אין דער זאַך ווי אויך אין אַלע אייערע ענינים, כלליות'דיגע און פרטיות'דיגע, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה מופלגה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 313 והושלמה ע"פ צילום האגרת.

ואתם . . קדוש: יתרו יט, ו.

די עשרת הדברות כו': ראה גם לעיל חכ"ב אגרת ח'שלח, ובהנסמן בהערות שם.

עשרת הדברות . . די גאנצע . . תורה: פרש"י משפטים כד, יב. וראה תורה שלמה חט"ז מילואים ס"א (ע' רי ואילך). וש"נ.

אנכי . . אחרים: יתרו כ, ב-ג.

ה' אחד: ואתחנן ו, ד.

גוי אחד בארץ: שמואל-ב ז, כג. ועוד.

די דריי אהבות כו': ראה גם לעיל אגרת ט'תשצג, ובהנסמן בהערות שם.

נייען בנין: ראה גם לקמן אגרת ט'תתצז.