ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ז' אדר א', ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

צו דער וועלט-צענטראַלע פון נשי ובנות חב"ד

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן האָב איך שוין אויפמערקזאַם געמאַכט וועגן דער נויטווענדיקייט צו פאַרשטאַרקן דעם ענין פון צניעות. אָבער נעמענדיג אין אַכט דעם אַלגעמיינעם מצב אויף דעם געביט, געפין איך פאַר נויטיג אַרויסצוקומען היינט מיט אַ העכסט דרינגנדע ווענדונג אין דעם ענין.

פון שטאַנדפּונקט פון תורה איז דאָך ניט נויטיג מאריך צו זיין וועגן דער וויכטיקייט פון צניעות. ס'איז גענוג בלויז צו באַמערקן, אַז אונזער תורה הקדושה, וואָס ווערט אָנגערופן תורת חיים, ווייל זי איז די אמת'ע וועג-ווייזערין אין אַלע געביטן פון טאָג-טעגלעכן לעבן און פאַרזיכערט אַ ווירדיגען און אמת-גליקלעכן לעבן, אונטערשטרייכט גאָר שטאַרק דעם ענין פון צניעות, און אין געוויסע הינזיכטן נאָך מער ווי אין אַנדערע געביטן פון טאָג-טעגלעכער הנהגה, אַזוי אַז צניעות איז איינע פון די עקריות'דיגע יסודות פון אידישן לעבן, ווי עס שטייט אין פסוק: והצנע לכת עם אלקיך.

שוין פון דעם שכר וואָס ווערט פאַרזיכערט אין תורה, אין גמרא און אין זוהר, פאַר אָפּהיטן צניעות, און פון דעם וואָס אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערציילן ווי אַזוי אידישע פרויען אין פארשידענע דורות האָבן זוכה געווען צו אויסערגעוויינלעכע ג-טלעכע ברכות אין זכות פון צניעות, ברכות ניט נאָר פאַר זיך נאָר אויך פאַר דעם מאַן און קינדער און קינדסקינדער – איז לייכט צו פאַרשטיין ווי גרויס עס איז די וויכטיקייט און באַדייטונג פון צניעות'דיגער הנהגה.

פון דער אַנדער זייט, די שטרענגקייט און באַוואָרענישן וועגן די טרויעריגע קאָנסעקווענצן ח"ו פון ניט אָפּהיטן צניעות (ווי דאָס ווערט אויסדריקלעך געשילדערט אין קאַפּיטל ג' פון ישעי' וכו') לאָזן ניט איבער דעם מינדסטן ספק וועגן דער ערנסטקייט פון דער זאַך.

פאַראַן אַזעלכע וואָס, צוליב זייער אונוויסנקייט אין תורה בכלל און אין דעם ענין פון צניעות בפרט, מיינען אַז די דינים, תקנות און מנהגים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט צניעות, "באַשרענקען" די אידישע פרוי, באַרויבן איר פון אירע געזעלשאַפטלעכע רעכט, אָדער רירן אָן איר כבוד, אד"ג.

דאָס איז דורכאויס אַ פאַלשע אויפפאַסונג. דער אמת איז פּונקט פאַרקערט: די תורה הקדושה, און אונזערע חכמים זכרונם לברכה, אונטערשטרייכן אומצאָליגע מאָל דעם כבוד און פּראַכט פון דער אידישער טאָכטער און פרוי, און פיל תקנות זיינען איינגעפירט געוואָרן ספּעציעל צו באַשיצן און פאַרהיטן זייער כבוד און ווירדיקייט. אין דעם צוזאַמענהאַנג ווערט אָפט ציטירט דער באַקאַנטער פסוק: כל כבודה בת מלך פנימה (תהלים מה, יד) – "דער גאַנצער פּראַכט פון דער בת-מלכה איז אינערלעך". די תורה באַצייכנט די אידישע פרוי אַלס "פּראַכטפולע" (כבודה) און "קעניגלעכע טאָכטער" (בת מלך), אָבער פאָדערט, אַז דאָס זאָל זיך אויסדריקן אין אַן אופן פון פנימיות, פון צניעות.

אָבער אפילו פון ריין-מענטשלעכן שטאַנדפּונקט, זעט מען דאָך, ספּעציעל אין די לעצטע יאָרן, צו וואָס דער צוזאַמענברוך פון צניעות קען דערפירן. די אומפאַרשעמטע "מאָדעס" אין פרויען קליידונג, געצילט אַרויסצורופן די נידעריקסטע זיטן פון דער נפש הבהמית, ברענגט צום אויסדרוק די געפאַלנקייט פון דער "מאָדערנער" וועלט אין באַצוג צו די עלעמענטאַרסטע יסודות פון מאָראַלישקייט. די הפקרות און פריצות ר"ל פון אַ גרויסער טייל פון דער היינטיגער יוגנט האָט געבראַכט צו דערשיטערנדיגע טראַגעדיעס אין פיל הייזער. עס איז זיכער, אַז ווען די זעלבע יוגנט וואָלט דערצויגען געוואָרן אויף די יסודות פון צניעות אין איינקלאַנג מיט אונזער תורה הק', וואָלטן פיל טראַגעדיעס אויסגעמיטן געוואָרן און פיל יונגע לעבנס ניט צעשטערט געוואָרן.

אין ליכט פון דאָס אויבנדערמאָנטע, האַלט איך אַז דער ענין פון צניעות דאַרף געשטעלט ווערן אַלס איינער פון די הויפּט פּונקטן אין סדר היום פון פאַראַנטוואָרטלעכע אידישע קרייזן.

ספּעציעל אַלס צענטראַלע קערפּערשאַפט פון אַלע אָפּטיילונגען פון נשי ובנות חב"ד אין פאַרשידענע טיילן פון דער וועלט, איז אייער דרינגנדע פליכט אין דעם מאָמענט אויפצונעמען אַן אינטענסיווע אַקציע אויפצושטורמען די אידישע עפנטלעכקייט, ספּעציעל אידישע פרויען אָרגאַניזאַציעס – וואָס זייער ספּעציפישער צוועק זאָל ניט זיין – אַז די פראַגע פון צניעות זאָל ווערן איינגעגלידערט אין זייערע פּראַקטישע טעטיקייטן.

מ'דאַרף וואַכזאַם מאַכן אידישע מאַמעס צו דער געפאַר פון פאַרנאַכלעסיגן צניעות אין דער דערציאונג פון זייערע טעכטער.

מ'דאַרף אויפמערקזאַם מאַכן די הנהלות פון מוסדות חינוך פאַר מיידלעך, אין אַלע עלטער, מער מקפיד צו זיין אויף דעם ענין פון צניעות אין די מוסדות חינוך, און אויפקלערן די תלמידות, אַז צניעות איז די שענסטע מידה, די קרוין פון דער אידישע טאָכטער און פרוי.

מ'דאַרף זיך באַמיען צו איבערצייגן די אַלע וועלכע פאַרשטייען און היטן אָפּ צניעות, אַז זיי האָבן אַ פאַראַנטוואָרטלעכקייט פאַר זייערע שוועסטער און מוזן באַווירקן זיי, סיי דורך וואָרט און ספּעציעל דורך מוסטערהאַפטער הנהגה, אַז זיי זאָלן פאַרשטאַרקן דעם ענין פון צניעות אין זייער היים און קרייז.

ס'איז שוין די העכסטע צייט, אַז אידישע פרויען און טעכטער זאָלן אַנערקענען זייער אידישן שטאָלץ און זייער אומאָפּהענגיקייט פון די פאַלשע, פאַרפירערישע און דורכאויס פּוסטע "מאָדעס" פון דער אַרומיגער סביבה, מאָדעס וועלכע האָבן קיין אינהאַלט ניט אויסער געלט-גייציקייט פון די וועלכע האָבן אַ פינאַנציעלן אינטערעס אין דעם.

און אין זכות פון פאַרשטאַרקן און פאַרשפּרייטן דעם ענין פון צניעות אין אַלע געביטן פון טאָג-טעגלעכן לעבן, זאָל דער אויבערשטער געבן, אַז עס זאָלן מקויים ווערן די ברכות וואָס תורה זאָגט צו פאַר אָפּהיטן צניעות בהידור, און מקויים ווערן אין דער פולסטער מאָס, ספּעציעל אין אמת'ע אידישע נחת פון קינדער און קינדסקינדער, מיט געזונד און פרנסה בשפע, אין פיל פרייד צוזאַמען מיט דעם מאַן, לאריכות ימים ושנים טובות.

בברכה להצלחה מופלגה ולבשורות טובות בכל האמור.


באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן: ראה גם לעיל אגרת ט'תרמ, ובהנסמן בהערות שם. לקו"ש ח"א ע' 109. ח"ב ע' 319. ועוד.

תורת חיים . . וועג-ווייזערין: ראה זח"ג נג, ב. וראה רד"ק לתהלים יט, ח. גו"א ר"פ בראשית בשם הרד"ק.

אין פסוק: מיכה ו, ח.

אין גמרא און אין זוהר: ראה יומא מז, א. מגילה י, ב; יג, ריש ע"ב. זהר ח"א קטו, סע"ב ואילך. ח"ג קכו, א. ועוד.

זיטן: = מדות.