ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, יו"ד אדר א', ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

מרת נחמה תחי' ליפּשיץ

ברכה ושלום!

איך האָב ערשט ערהאַלטן אייער בריוו פון 22/1, און איך דאַנק אייך זייער פאַר די גוטע וואונשן.

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען ידיעות וועגן אייער אמת'דיגע הצלחה אין לאָנדאָן, בפרט אַז איך האָף, אַז אין צוזאַמענהאַנג און פאָרזעצונג פון אונזער ריידן ווען איר זייט דאָ געווען, וועט אייער הצלחה אויסגעניצט ווערן, דורך אייך און אַנדערע, צו דערנעענטערן אידן צו אידישקייט, אמת'ע אידישקייט, וואָס אין דעם הענגט אָפּ דער קיום און די שטאַרקייט פון אידן, וואו זיי געפינען זיך און אונטער וועלכע באַדינגונגען זיי געפינען זיך: צי דאָס זיינען באַדינגונגען פון אונטערדריקונג און באַשרענקונגען פון דרויסן, צי מלחמה און קאָנפליקטן אינעווייניג. אין דעם אַלעם דאַרפן אידן האָבן אויסערגעוויינלעכע כוחות צו קענען שטעלן אַ ווידערשטאַנד און מצליח זיין.

ס'איז אַ זיכערע זאַך, ווי מ'זעט פון דער עטלעכע-טויזנד-יעריגע געשיכטע פון אונזער פאָלק, אַז סוף-כל-סוף פירן אידן אויס. ס'איז אָבער אַ שאָדן די צייט, און אַ שאָדן די נפשות, רחמנא ליצלן, און אויך די גופים, וואָס ליידן דורך דער אָפּגעפרעמדקייט, אָדער ניט-גענוגענדער נאָענטקייט און צוגעבונדקייט, פון אייניקע אידן מיט אייניקע טיילן פון אידישקייט.

אין תוך גענומען, נאָך דער העכסטער וויכטיקייט פון אַ אידיש האַרץ און אידישן געפיל, וואָס נעמען זיך ביידע פון דער אידישער נשמה, מוז דאָס אָבער אויסגעדריקט ווערן אין פּראַקטישע מעשים. און פּונקט ווי מ'דאַרף זיין לעבעדיק יעדן טאָג און אַ גאַנצן טאָג, אַזוי דאַרף אויך אין טאָג-טעגלעכן לעבן זיין ניכר אין די מעשים פון דעם מענטשן, אַז דאָס איז אַ איד, און אַז די מעשים ווערן געטאָן דורך אַ אידן, כדי צו פאַרבינדן אים מיט זיין מקור: ער עסט אַנדערש ווי אַנדערע, פירט זיינע מסחרים אַנדערש ווי אַנדערע, אַז"וו. ווער רעדט נאָך, אַז עס קומט אַ שבת און אַ יום-טוב, וואָס דאַן איז דער גאנצער טאָג אַנדערש ווי אַנדערע טעג פון יאָר, און ניט ווי באַ אַנדערע פעלקער וואו דער אונטערשייד דריקט זיך אויס אין דעם וואָס דאָס איז אַן אַרבעטס-טאָג און דאָס איז אַ רו-טאָג, נאָר ווי אידן רופן דאָס אָן: וואָכעדיגע טעג און שבת'דיגע און יום-טוב'דיגע טעג, דאָס הייסט, הייליגע טעג, אין קעגנזאַץ צו וואָכעדיקייט, און רו איז נאָר אַ פרט און פאָלגע פון הייליקייט.

נאָכדעם וואָס איר זייט דורכגעגאַנגען, האָט איר דאָך אַליין געזען ווי אַזוי אַלע אַנדערע צוגאַנגען צו פאַרזיכערן דעם קיום פון אידישן פאָלק, האָבן באַנקראָטירט. דאָס איינציקע וואָס האַלט אויף איז בשעת מ'פאַרבינדט אַ אידן מיט שמחת-תורה און מיט אַ בית-כנסת, וואָס דאָס האַלט אויף דעם אידן ביז עס קומט די מעגלעכקייט, אַז ער זאָל זיך קאָנען אויפפירן ווי אַ איד אין אַלע איינצלהייטן: לערנען תורה, איינפאך גערעדט – דעם שולחן-ערוך און מצוות און טאָן זיי אָפענערהייט, וואָס דעמאָלט ערפילט דער שמחת תורה זיין אמת'ע פונקציע, אַז דער איד פרייט זיך מיט דער תורה, וואָס זי ווערט זיין תורה (פון וואָרט "הוראה" – אָנווייזונג) אַ גאַנץ יאָר, און די תורה פרייט זיך מיט עם, זעענדיק אַז זי איז באַ עם ניט אַ זאַך וואָס ער האַלט אין אַ מוזיי, נאָר אַ תורת חיים וואָס דרינגט דורך זיין לעבן.

איך האָף, אַז לויט ווי גערעדט ביים געזעגענען זיך, וועט איר נאָך פיל יאָרן אויסניצן אייערע מעגלעכקייטן צו דערוועקן באַ די מיט וועמען איר טרעפט זיך זייער פאַרבונד מיט אידישקייט, און – קענענדיג איצטער ריידן פריי – צוגעבן דערביי אויך דעם אינהאַלט און גייסט פון דאָס אויבנגעשריבענע, אַז זיי זאָלן אַרויסווייזן זייער אידישן שטאָלץ אויך אין גאַס, וואָס דער לאָגישער און איינציג-מעגלעכער אויספיר פון דעם איז דאָך פשוט: צו עסן אידיש (כשר), ריידן אידיש (אָן לשון-הרע אד"ג), און בכלל פירן זיך אין די וואָכעדיגע טעג און אין די שבת און יום-טוב'דיגע טעג ווי אויבנגעשריבן.

מיט אַ וואונש צו ווייטערדיגע הצלחה און גוטע בשורות.

פּ.ס. זעלבסטפאַרשטענדלעך האָב איך געהאַט צער זעענדיג דעם פירסום וואָס מ'האָט געמאַכט וועגן דעם מצב און ענין פון אייערע גוטע פריינד דאָרטן. איך האָף אָבער, אַז אונזער ריידן וועגן דעם וועט ברענגען נוצן אין ווייטערדיגע פאַלן, אַז ווייניקסטענס בנוגע צו זיי וועט מען גיין אויף דעם ריכטיגען וועג, כדי עס זאָל פאַר זיי אַרויסקומען אַ טובה, ניט חס ושלום דאָס פארקערטע.

פּפּ.ס. איך ערלויב מיר דאָ צו מאַכן אויך די פאָלגנדע באַמערקונג, וואָס איז זעלבסטפאַרשטענדלעך געווען אומבאַקוועם צו מאַכן ווען מיר האָבן זיך געטראפן, אין דער אָנוועזנהייט פון אַנדערע פערזאָנען. און דאָס איז, אַז איך האָף אַז איר טוט און באוואָרנט בנוגע דעם צושטאַנד און אינאָרדענונג פון מרת נחמה תחי' ליפּשיץ (דאָס מיין איך טאַקע אייך אַליין), אַז כל זמן ס'איז נאָך שטאַרק דער ערשטער איינדרוק, קבלת-פנים, אד"ג, דאַרפט איר פאַרזיכערן זיך אַ צוגעפּאסטע פאַר אייך איינאָרדענונג, איינגעשלאָסן אויך, פשוט, איינאָרדענען זיך אויך בגשמיות, לויטן באַקאַנטן פאָלקסווערטל: שמיד דאָס אייזן בשעת ס'איז הייס.


פאָלגע: = תוצאה.

תורה . . "הוראה": ראה רד"ק לתהלים יט, ח. ספר השרשים שלו ערך ירה. גו"א ר"פ בראשית בשם הרד"ק. וראה זח"ג נג, ב.

פ.ס.: = נ.ב. (נכתב בצידו).

אייערע גוטע פריינד דאָרטן: בברית המועצות.

פפ.ס.: = נ.ב. שני.