ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, כ"ה אדר שני, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

מרת ליובא תחי' רובינשטיין

ברכה ושלום!

מ'גיט מיר איבער וועגן אייער געזונט צושטאַנד. איך ווינש אייך איר זאָלט האָבן אַ רפואה און קאָנען אַליין אָנזאָגן גוטע בשורות וועגן דעם.

בפרט אז מיר דערנעענטערן זיך צום געבענטש[ט]ן און גינסטיגען חודש ניסן, וויל איך אייך ווינשן אויך אַ כשר'ן און פריילעכן פסח, צוזאַמען מיטן מאַן שי', און אַ סך אמת'ע אידישע נחת פון אייערע טעכטער תחי'.

בברכה לבשורות טובות.