ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, י"א ניסן, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אונזערע ימים-טובים – ווי אַלע זאַכן פון תורה און מצוות – האָבן אַלגעמיינע, געמיינזאַמע ענינים און אויך אייגנאַרטיגע ספּעציפישע שטריכן. דער רייכער, אונערשעפּלעכער אינהאַלט פון די ימים-טובים מאַכט מעגלעך אויסצוקלייבן געוויסע נקודות, וועלכע קענען דינען אַלס ספּעציעל צוגעפּאַסטע אָנדייטונגען און אָנווייזונגען פאַר ספּעציעלע אומשטענדן אין אַ באַשטימטער צייט און אַ באַשטימטן אָרט.

דאָס איז, פאַרשטייט זיך, אויך אַזוי אין צוזאַמענהאַנג מיט פסח, און אדרבא נאָך מיט מער קראַפט און באַדייטונג, נעמענדיג אין אַכט, אַז פסח איז "ראש לרגלים" (דער "קאָפּ" פון אַלע ימים טובים), און אַז דער יום טוב פון יציאת מצרים איז דער געבורטסטאָג פון אידישן פאָלק.

***

די ספּעציעלע וויכטיקייט פון פסח קען מען זען אויך דערפון וואָס דאָס איז איינע פון (די מער ניט ווי) צוויי מצות-עשה, וואָס די שטראָף פאַר ניט מקיים זיין זיי איז כרת, חס ושלום. די דאָזיגע צוויי מצוות זיינען: מילה און קרבן פסח. ביידע זיינען אויך ענג פאַרבונדן צווישן זיך, וואָרום דער וואָס איז ניט גע'מל'ט קען ניט מקריב זיין דעם קרבן פסח. און פון די צוויי איז פסח האַרבער דערמיט – וואָס בנוגע מילה איז דאָ דער חיוב פון מל זיין אויך נאָך דער צייט, אָבער דעם קרבן פסח קען מען מקריב זיין נאָר אין זיין באַשטימטער צייט און ניט שפּעטער.

אין אַ פרט איז אָבער דער קרבן פסח אינגאַנצן אויסגעטיילט פון אַלע אַנדערע מצוות און אויך קרבנות, און דאָס איז, אַז ניט נאָר דער פאָטער דאַרף זיין גע'מל'ט, נאָר אויך די קינדער זיינע מוזן זיין גע'מל'ט; און אויב ער האָט אַ זון, וועמען ער האָט ניט מל געווען, ניט אַריינגענומען אין דעם "ברית עולם" (אייביגען בונד) מיט דעם אויבערשטן, קען (אויך) דער פאָטער ניט ברענגען דעם קרבן פסח!

***

כאָטש דער ענין פון קרבנות, אַריינגערעכנט אויך דעם קרבן פסח, איז שייך נאָר אין דער צייט פון בית המקדש, און וועט ערשט באַנייט ווערן ווען דער בית המקדש וועט ווידער אויפגעבויט ווערן דורך משיח צדקנו, איז דאָך אָבער באַוואוסט, אַז אַלע ענינים אין תורה, וואָס זי איז אַ נצחיות'דיגע, פאַרמאָגן אין זיך און האָבן קלאָרע און פּראַקטישע אָנווייזונגען אין טאָג-טעגלעכן לעבן – אין אַלע צייטן און אין אַלע ערטער.

***

דער יום טוב פסח, וואָס ווערט אַזוי גערופן אויפן נאָמען פון קרבן פסח, אונטערשטרייכט די העכסטע וויכטיקייט פון חינוך – דערציאונג פון אידישע קינדער. אייגענטלעך איז איינער פון די גרונדשטריכען פון דעם גאַנצן סדר-של-פסח דער חינוך פון קינדער, פון יעדן קינד, פון אַלע קינדער – ווי דאָס ווערט אַרויסגעבראַכט אויך אין דער הגדה (כאן הבן שואל, כנגד ארבעה בנים דברה תורה, והגדת לבנך וכו'). אָבער דער ענין פון קרבן פסח אונטערשטרייכט אין אַ גאָר בולט'ן אופן ווי ווייט אידישע דערציאונג פון קינדער רירט אָן ניט נאָר די קינדער, נאָר אויך די עלטערן: אויב די עלטערן האָבן ניט דערפילט זייער פליכט צו זייער קינד און האָבן אים ניט אַריינגעפירט אין דעם אייביגען בונד מיט דעם אויבערשטן, און אין אַן אופן וואָס בלייבט איינגעקריצט ניט נאָר אין דער נשמה נאָר אויך אין גוף (והיתה בריתי בבשרכם לברית עולם), דאַן איז ניט נאָר וואָס זיי באַרויבן ר"ל זייער קינד פון דעם ברית עולם מיט דעם אויבערשטן און פון די ברכות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דעם ברית עולם (און מיט דעם קרבן פסח), נאָר אויך די עלטערן פאַרלירן די מעגלעכקייט צו ברענגען דעם קרבן פסח מיט אַלע ענינים און ברכות וועלכע זיינען פאַרבונדן דערמיט. ובפרט די דערמאָנונג און דערוועקונג פון "פסח הוא לה' . . ופסחתי עליכם" – אַז דער אויבערשטער האָט רחמנות אויף אייך און אפילו ווען אין וועלט פּאַסירן אומגעוואונשענע זאַכן – סיי בגשמיות סיי ברוחניות – "שפּרינגט" דאָס אייך אַריבער.

***

ווען די אידן זיינען געווען אין מצרים, האָט דער קרבן פסח באַוואָרענט, אַז דער "משחית" (מגיפה) זאָל ניט אַריינטרעטן אין אַ אידישע הויז צו זוכן קרבנות. עס האָט זיך געהאַנדעלט וועגן באַשיצן די בכורים.

אין אונזער צייט, ווען אידן אומעטום, געפינען זיך אין גלות, אַ גלות בגשמיות און אַ גלות ברוחניות – האָבן אַ טייל עלטערן ליידער פאַרנאַכלעסיגט דעם ענין פון קרבן פסח, ווי ערקלערט אין תורה דער אינהאַלט פון דעם קרבן: משכו וקחו לכם צאן – משכו ידיכם מעבודה זרה והדבקו במצוה (גייט אַוועק פון די פרעמדע געטער (אידעאַלן) און באַהעפטיגט זיך אין מצוות) און דער משחית געפינט אַן אָפענע טיר צו די דאָזיגע הייזער און זעט אַראָפּצופירן פון ריכטיגען וועג, ר"ל, אָן אונטערשייד צי דאָס זיינען בכורים אָדער ניט, אינגלעך אָדער מיידלעך. די מגיפה האָט זיך אויסגעשפּרייט אין פיל אידישע הייזער ר"ל.

און דאָס איז אַ פועל-יוצא דערפון וואָס אַ טייל עלטערן זיינען נאָך אַליין ניט אַוועקגעגאַנגען פון די פרעמדע (און פיינטליכע צו אמת'ר אידישקייט) אידעאַלן און אַ טייל פון די וואָס זיי אַליין זיינען מקיים דעם "משכו וקחו" – האָבן זיי אָבער אַראָפּגעוואָרפן פון זיך דעם יאָך און אחריות צו זען אַז זייערע קינדער זאָלן פון קינדווייז אויף דערצויגן ווערן אין דעם דרך פון אמת'ר אידישקייט, דער דרך פון תורה און מצוות. די טרויעריגע און טראַגישע פאָלגען פון אַזאַ צוגאַנג דאַרף מען היינט ווייט ניט זוכן, טרויעריגע און טראַגישע פאָלגען ניט נאָר פאַר די פאַרנאַכלעסיגטע קינדער, נאָר אויך פאַר די עלטערן וואָס האָבן זיי פאַרנאַכלעסיגט.

דער יום טוב פסח, און ספּעציעל דער ענין פון קרבן פסח, דערמאָנט מיט דער גרעסטער הדגשה, אַז אויב אידן ווילן אַז זיי און זייערע קינדער זאָלן געניסן פון דעם "ופסחתי עליכם" און, אין אַלגעמיין, פון "זמן חירותנו" – צו באַפרייען זיך פון אַלע אומגעוואונשענע און שעדלעכע זאַכן, אינערלעכע (נאַטירלעכע נייגונגען וכו') און נאָך מער – פון די שעדלעכע השפעות פון דרויסן, אין אַ צייט ווען דער משחית דרייט זיך אַרום אין גאַס און אפילו אין ערציאונגס אַנשטאַלטן – איז דאָס מעגלעך צו באַוואָרענען נאָר אויב זיי וועלן אַליין אָפּוואַרפן אַלע "עבודה זרה'ס" און באַהעפטיקן זיך מיט אמת'ר אידישקייט און געבן זייערע קינדער אַ גרינטלעכע, תורה-טרייע דערציאונג פון קינדווייז אָן, אין אַן אופן וואָס זאָל איינגעקריצט ווערן אין זייער גוף און אין זייער נשמה, דורך מקיים זיין תורה און מצות אין טאָג-טעגלעכן לעבן, במעשה בפועל. דאַן קען מען האָפן און זיין זיכער, אַז די עלטערן מיט די קינדער, אַלע קינדער, וועלן זיין צוזאַמען ביים סדר-טיש און פּראַווען פסח, דעם יום טוב פון זמן חירותנו – באַפרייאונג אין אַלע הינזיכטן,

און דאָס וועט אויך מקרב זיין און צו איילן דעם חירות האמיתי – די גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

בברכת חג הפסח כשר ושמח וחירות אמתית,

מנחם שניאורסאהן


נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים ומנהגים ח"ב ע' תרכו (הוצאת תנש"א). תרגום האגרת בלה"ק נדפסה ב"תורת מנחם – אגרות מלך" ח"ב ע' עא ואילך.

ועפ"ז יש להסביר הא דטבילת אמהותיו מעכבתו כו': במענה על השאלה:

ואם טבילת עבדיו מעכבתו כיון שצריך מילה וטבילה, איתא במנ"ח מצוה י"ז דאין מעכב, דלא מצינו בתורה שמצוה עליו להטבילו. וטבילת שפחותיו עכצ"ל דגזה"כ הוא, כמבואר ברמב"ם, וד"ז מפי הקבלה שהטבילה לשפחות כמילה לעבדים. (ובצפע"נ ריש הל' מילה דמחלוקת הר"מ והראב"ד אם טבילת אמהותיו מעכבתו מלאכול בפסח תלי' בזה אם מותר לקיים שפחה שלא טבלה. ובשג"א סי' נ"ג מפלפל ג"כ עד"ז).

ולפי המבואר כאן שזה יש להסביר (ובר"מ הל' ודבר זה מפי הקבלה), א"כ לכאו' גם טבילת עבדיו מעכבתו.

ובת"י על הפסוק (בא יב, מד) ומלתה אותו הל' ותגזור יתי' ותטבליני' (אך בתו"ש מפורש שזה למ"ד אז יאכל בו העבד, ואפ"ל גם למ"ד אז יאכל בו רבו), אבל מהרמב"ם לא משמע כן לכאו'.

ואפשר לשיטת הרשב"א ועוד ראשונים יבמות ע"א (דלא כהתוס' מ"ז ע"ב ד"ה כי פליגא) דמילתו לשם יהדות אעפ"י שלא נגמר גירותו מ"מ כבר התחיל ונכנס קצת בדת יהדות שאינו צריך אלא טבילה, אפ"ל דמשו"ז אינו מעכב אלא מילתו ולא טבילתו, משא"כ בשפחה.

ואם אפשר לומר דכמאן דמהילא דמיא היא רק לאחר הטבילה.

– השיב כ"ק אדמו"ר: כי בעכו"ם אין גדר (מצות) מילה ובמילא אין בנשים עכו"ם גדר דכמהילא דמיא.

ורק ע"י טבילה – שנכנסת לסוג עבדות – נעשה במילא כמהילא. וזוהי הכוונה שהטבילה לשפחות כמילה לעבדים, היינו שטבילה מצ"ע אינה מעכבת כו'.

וראה מכילתא שם: שפחותי': במענה להשאלה: לכאו' המכילתא שם לענין טבילה לשם בת חורין – השיב כ"ק אדמו"ר: כפי המובא ביבמות (דניתוסף הגיורת, במקום שפחותי' – עבדי', לא נזכר כלל הענין דפסח) – רק בנוגע לגירות. משא"כ במכילתא מסתבר דגם בנוגע: 1) לפסח קמ"ל, 2) לשפחות במיוחד – קמ"ל, שעפ"ז מובנים כל ג' השינויים.

קען (אויך) דער פאָטער ניט ברענגען דעם קרבן פסח!: במענה על השאלה:

בצפע"נ עה"ת פ' בא על פסוקים אלה (וכל ערל לא יאכל בו וכו') שבאם נימול הבן אבל אח"כ משך ערלתו, הרי אעפ"י שהבן נקרא ערל וצריך מילה עוה"פ, אין זה מעכב את האב מלהביא קרבנו.

– השיב כ"ק אדמו"ר: א"כ האב כבר עשה המוטל עליו למולו.

ידועה השקו"ט: ראה גם לעיל חכ"ה אגרת ט'תקטו, ובהנסמן בהערות שם.

כי דוקא בנין כו': ראה גם לעיל חכ"ד אגרת ט'שדמ, ובהנסמן בהערות שם.

מכתב: אג"ק שלו ח"א אגרת קל.

אויפן נאָמען פון קרבן פסח: במכ' לחה"פ קודם [ה'תשכ"ו – לעיל חכ"ד אגרת ט'קכב] – (כמדומה) צויין בזה לתשא לד, כה ובת"א (משא"כ לתיב"ע).

אויפן נאָמען . . ולא ע"ש . . פסח גו'. שאלה: א) בהגש"פ עם לקוטי טעמים ומנהגים הנ"ל ע' ט כתוב שהיום-טוב נקרא בשם חג המצות, כי כן נקרא בכל התורה. תשובה: ועדיין [למרות שהובא לעיל מקור לכך שהיום-טוב נקרא חג הפסח] קשה שרק פ"א נק' חה"פ, משא"כ חהמ"צ. והתירוץ: "כן נקרא בכל התורה, ואנו קורין אותו פסח – כי . . אנו מספרים שבחו של השי"ת אשר פסח גו'".

ב) במכתב זה נתבאר שהיום-טוב נקרא על-שם קרבן פסח, ולא על-שם שבעת יציאת-מצרים "פסח ה' על הפתח", ואילו בהגש"פ שם: "יום חג המצות" – "כן נקרא בכל התורה, ואנו קורין אותו פסח – כי . . אנו מספרים שבחו של השי"ת אשר פסח גו'". תשובה: "שק"פ [שקרבן פסח] נק' ע"ש זה".

ג) על מ"ש בהגש"פ שם: וי"א שהנהיגו השם חה"פ – זכר למקדש, הוסיף: "ה"ז הענין דק"פ".

ד) במכתב ישנה הוראה לאלה שעדיין לא מלו את בניהם. מהי ההוראה לאלה שכבר מלו את בניהם? תשובה: "מצד הוכח תוכיח גו' [קדושים יט, יז] ואהבת לרעך גו' [שם, יח] כל ישראל עריבים זב"ז וכו' [שבועות לט, סע"א. וש"נ] – צ"ל בזה שכאו"א יקיים זה, וערבותם גדולה".

ה) מהי ההוראה לנשי ישראל, שהרי האם פטורה מלמול את בנה, וכ"ק אדמו"ר הוסיף: "ומלחנכו (בתור מצות חינוך). והשיב: אבל מחוייבת בהוכח וכו', וכנ"ל" [וראה בארוכה שיחת אחש"פ שנה זו (שיחות קודש ה'תש"ל ח"ב ע' 59 ואילך)].

והיתה . . עולם: לך לך יז, יג.

דער "משחית" . . אידישע הויז: בא שם, יג.

ד"ה . . תר"מ: המשך מצה זו – תר"מ בתחלתו.

סד"ה . . ה'ש"ת: סה"מ ה'ש"ת ע' 43.

מדרש תהלים (ע, א): עה"פ למנצח לדוד להזכיר אלהים להצילני ה' לעזרתי חושה.

תהלים סט: הקאַפּיטל שמתחילים לומר בי"א ניסן השתא, ע"פ המנהג המקובל מהבעש"ט לומר בכל יום הקאַפּיטל תהלים המתאים לשנות חייו – ראה בארוכה סה"מ י"א ניסן ח"א ע' 1 ואילך. וש"נ.

ראש לרגלים: ר"ה ד, א. ובפיה"מ ובר"ח שם.

דער געבורטסטאָג: יחזקאל טז. תו"א ר"פ וארא. ובכ"מ.

צוויי מצות-עשה: כריתות בתחלתה.

שטראָף . . כרת: להעיר מדחז"ל עה"פ בדמייך חיי גו' בדמייך חיי (יחזקאל טז, ו) שהכוונה לדם מילה ולדם פסח (תרגום שם. ובתיב"ע בא (יב, יג). פדר"א פכ"ט וזח"ב (לה, ב) דגם מדם מילה נתנו לאות על הבתים).

דער וואָס . . פסח: בא יב, מח. וביבמות (עד, א) דערלות בפסח כתיבא. וברש"י פסחים (סא, ב) ד"ה ערלה דאיסור אכילת ערל בקדשים ילפינן מפסח. וראה ירוש' יבמות ר"פ הערל.

נאָך דער צייט: אבל "כל יום ויום שיעבור כו' ה"ה מבטל מ"ע" "ולא נתלה למשה רבנו עלי' אפי' שעה אחת אע"פ שהי' בדרך" (רמב"ם הל' מילה פ"א ה"ב וספ"ג). ובנוגע לכרת ראה רמב"ם שם פ"א ה"ב ובראב"ד וכו'.

אויך די קינדער: יבמות (ע, ב): מילת זכריו ועבדיו מעכבת (וכ"ה ברמב"ם הל' ק"פ פ"ה ה"ה, אבל ראה מכילתא בא (יב, מח)). אבל שאני מילת עבד דאינו מציאות בפ"ע וכו' (עיין צפע"נ – להרגצובי – מהד"ת ע' 84 ואילך. נזיר סא, א. ועוד).

אַ זון: ובת – כמאן דמהילא דמיא (ע"ז כז, א). ועפ"ז יש להסביר הא דטבילת אמהותיו מעכבתו כו' שהטבילה לשפחות כמילה לעבדים (רמב"ם הל' ק"פ שם. וראה מכילתא שם: שפחותי').

ניט ברענגען: ואם חייב כרת על שלא מלם ובמילא לא הביא קרבן פסח – ראה צפע"נ על הרמב"ם ריש הל' מילה.

קרבן פסח . . נאָר . . בית המקדש: ידועה השקו"ט בזה מתחיל מס' כפתור ופרח פ"ו. שו"ת חת"ס חיו"ד סרל"ו. שו"ת בנין ציון ועוד. ולהעיר מברכת אשר גאלנו: שמחים בבנין עירך כו' ונאכל שם כו' הפסחים (פסחים קטז, ב)*.

*) א) פשוט שהכוונה ב"בנין עירך" הוא לבנין ירושלים שיהי' בזמן הגאולה – שלזה מתכוונים בתפלת י"ח ג"פ בכל יום: ולירושלים עירך ברחמים תשוב כו' ובנה אותה ב"ב בנין עולם וחותמים ברוך אתה ה' בונה ירושלים. ונכלל במש"כ הרמב"ם (הל' מלכים ספי"א) "משיח . . ובנה מקדש". (ומ"ש הרמב"ם "ובנה מקדש" – כי דוקא בנין מקדש במקומו מהסימנים על "משיח בודאי"). ובכתוב (תהלים קמז, ב) – "בונה ירושלים ה'". וראה מכתב כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע (הו"ל בקובץ מכתבים (מימיוגרף) קובץ ראשון מכתב ט') בביאור דחז"ל (ברכות מט, א. זח"א קלד, א. מהנ"ע בזהר שם קלט, א. וראה ירושלמי מע"ש פ"ה ה"ב) בכתוב זה וסיומו נדחי ישראל יכנס.

ב) מובן שההערה באה רק להעיר, כי אין בנוסח הברכה הכרעה בנוגע להשקו"ט דאפשריות הקרבת ק"פ בזמה"ז – שהרי הברכה וסיומה הן בנוגע לגאולה, אלא שמפרש שאז נאכל וכו'.

(משיחת שבת-הגדול ה'תש"ל)

דורך משיח צדקנו: רמב"ם הל' מלכים ספי"א.

אויפן נאָמען פון קרבן פסח: כשאר המועדים שנקראו ע"ש הנעשה בהם (ולא ע"ש שבעת יצי"מ פסח גו').

העכסטע וויכטיקייט פון חינוך: להעיר מ"הכרזת אאמו"ר (הוא אדמו"ר מהורש"ב נ"ע) באחת ההתועדות: אָט אזוי ווי הנחת תפלין בכל יום איז אַ מצוה דאורייתא אויף יעדען אידן, אָהן אַ חילוק צי אַ גדול בתורה, צי אַ איש פשוט, אַזוי איז אַ חוב גמור אויף יעדען אידען, צו טראכטען יעדען טאָג אַ האַלבע שעה וועגען דעם חינוך פון קינדער, און טאָן אַלץ, וואָס עס איז בכוחו צו טאָן און יתר מכפי כחו, זעהן פועל זיין ביי די קינדער, אַז זיי זאָלן געהן אין דעם דרך וואָס מען איז זיי מדריך" (היום יום כב טבת).

אין דער הגדה: וראה פסחים קטז, א. ועוד.

כאן הבן שואל: הבן העליון ובו הי' פרעה הרשע כופר כו' הבן הנעים לקיים מצות כי ישאלך בנך (סי' האריז"ל).

והגדת לבנך: בא יג, ח. וראה אוה"ת להצ"צ שם ע' שך.

פסח הוא . . רחמנות . . "שפּרינגט": בא יב, יא-יג. במכילתא, ובפרש"י שם. וראה "בכללות הענין דפסח שהוא בחי' הדילוג" בתו"ח לאדמו"ר האמצעי לשמות (קצא ואילך).

משכו . . במצוה: בא יב, כא. ובמכילתא שם.

פון "זמן חירותנו": להעיר אשר קרבן פסח נאכל על השובע (פסחים ע, א. וראה שו"ע אדה"ז ר"ס תע"ז) וכו' – רק חירות, משא"כ מצה שיש בה גם הענין דלחם עוני. ולהעיר מענין מצות (חסר ומלא) מצה דקודם חצות ולאחר חצות בלקו"ת צו ד"ה ששת ימים, ובכ"מ, ומהם ד"ה מצה זו, תר"ם. סד"ה אור לי"ד ה'ש"ת.

פּראַווען פסח: שנקודת החג ובפרט דקרבן פסח היא "שיזכרו היהודים לעולם הנסים הגדולים שעשה להם השי"ת ביצי"מ" (חינוך מצוה ה').

דאָס וועט . . צו איילן: ראה מדרש תהלים (ע, א): אמר דוד כו' אני מזכיר והצילני כו', למעלה מן הפרשה (תהלים סט, לו-לז) כי אלקים יושיע ציון ויבנה ערי יהודא, הרי הדיר בנוי', וישבו שם וירשוה וזרע עבדיו ינחלוה ואוהבי שמו ישכנו בה, הרי הצאן מכונסות.