ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ראש חודש אייר, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער

פאַר דעם מוסד חינוך "אהלי תורה"

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דער חודש אייר – וואָס אין דעם עלפטן טאָג פון דעם חודש קומט פאָר די יערלעכע מסיבה פאַר דעם מוסד חינוך על טהרת הקודש "אהלי תורה" – צייכנט זיך אויס פון אַלע אַנדערע חדשים דערמיט וואָס יעדער טאָג פון דעם חודש האָט די מצוה פון ספירת העומר.

דער ענין פון ספירת העומר, ווי אונזערע חכמים ז"ל דערציילן, האָט זיך אָנגעפאַנגען באַ יציאת-מצרים. די כוונה און דער תכלית פון יציאת-מצרים איז דאָך געווען צו באַקומען די תורה אויף דעם באַרג סיני (בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה). איז ווען משה רבינו האָט דערציילט די אידן אין מצרים וואָס דער תכלית פון זייער באַפרייאונג איז, האָבן זיי תיכף נאָך זייער אַרויסגיין פון מצרים אָנגעהויבן ציילן די טעג און די וואָכן צו קבלת-התורה. צוזעענדיג מיט וואָס פאַראַ תשוקה אידן ציילן די טעג צו קבלת התורה, האָט דער אויבערשטער אונז געגעבן די מצוה פון ספירת העומר.

ווי אַלע סיפורים פון אונזערע חכמים ז"ל, האָט אויך דער סיפור וועגן ספירת העומר אַ וויכטיגע און שטענדיגע באַדייטונג פאַר אַלע אידן, אין אַלע צייטן, און אין אַלע ערטער. און דאָס איז: ווי טייער אַ איד דאַרף שעצן די תורה, און מיט וואָס פאַראַ תשוקה, התמדה, און שקידה דאַרפן אידן לערנען תורה און מקיים זיין איהרע מצוות.

און דאָס איז דאָך די אויפגאַבע פון "אהלי תורה": איינצופלאַנצן אין די קינדער די דערמאָנטע תשוקה, התמדה, און שקידה פאַר תורה און מצוות, וואָס זאָל זיך אויסדריקן אין זייער הנהגה אין טאָג-טעגלעכן לעבן.

מיר געפינען זיך איצט אין די טעג פון צוגרייטונג צו קבלת התורה, ווען יעדער איד, מאַן און פרוי, דאַרף יעדן טאָג שעפּן אַ פאַרגרעסערטע מאָס פון דעם קוואַל פון אהבת התורה והמצוות וואָס ציט זיך צו אונז בירושה פון אונזערע אבות, און אויסניצן דאָס בנוגע זיך און ספּעציעל בנוגע די קינדער – אייגענע קינדער און אויך אַלע קינדער, לויטן פירוש פון אונזערע חכמים: ושננתם לבניך אלו התלמידים (ניט דוקא תלמידיך), די תלמידים פון חדרים און ישיבות. און ווען עס האַנדלט זיך וועגן קינדער איז דאָך די נאַטור פון אַ מענטשן צו זען, אַז די קינדער זאָלן באַקומען דאָס בעסטע און אין דער מאַקסימאַלסטער מאָס.

דעריבער איז צו האָפן, אַז אין די דאָזיגע סגולה-טעג וועט זיך יעדער איינער און איינע אָפּרופן און קומען צו הילף דעם מוסד "אהלי תורה" אין דער פולסטער מאָס, אין איינקלאַנג מיט דער מצוה פון וספרתם לכם, וואָס דורכדעם ברענגט מען אַריין ליכטיקייט און לויטערקייט אין אייגענעם לעבן, אין אַלע בני-בית שיחיו, און כלל ישראל, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.

מ. שניאורסאהן


מצילום האגרת. נדפסה בלקו"ש חכ"ב ע' 239.

חודש אייר . . צייכנט זיך אויס וכו': ראה גם לקו"ש ח"א ע' 263 ואילך.

חכמים ז"ל דערציילן: ראה ר"ן סוף פסחים. וראה הנסמן בלקו"ש חכ"ב ע' 114 הערה 2.

בהוציאך . . ההר הזה: שמות ג, יב. וראה פרש"י עה"פ (משמו"ר פ"ג, ד).

ושננתם . . התלמידים: ואתחנן ו, ז. פרש"י עה"פ.

ניט דוקא תלמידיך: ראה הל' ת"ת להרמב"ם פ"א ה"ב, לאדה"ז ה"ח.

וספרתם לכם: אמור כג, טו. וראה לקו"ת אמור לה, ב. ובכ"מ.