ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ל"ג בעומר, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דער חנוכת הבית פייערונג פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

מגלגלין זכות ליום זכאי – עס איז זיכער א צוגעפּאַסטער טאָג צו פייערן די חנוכת הבית פונם נייען בנין פון דער צענטראַלער ליובאַוויטשער ישיבה אין דעם ערשטן טאָג פון די שלשת ימי הגבלה ערב דעם יום טוב פון מתן-תורה.

שבועות איז דאָך דער יום-טוב ווען עס איז דערפילט געוואָרן דער ג-טלעכער צוזאָג: בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה. כאָטש בכללות איז דאָך דאָס דער אָנזאָג וועגן מתן-תורה, ליגט אָבער אין די ווערטער "תעבדון את האלקים" אַ קלאָרע אָנדייטונג, אַז קבלת התורה איז פאַרבונדן מיט עבודת ה', און לימוד התורה און קיום המצוות דאַרפן זיין מיט יראת-שמים און קבלת-עול.

און דאָס איז אויך די באַדייטונג פון דער חנוכת הבית פון דעם נייען בנין פון דער צענטראַלער ליובאַוויטשער ישיבה, אַז דאָ ווערט אויפגעשטעלט און געהייליקט אַ בנין וואָס זיין צוועק איז צו דינען אַלס מרכז פאַר לימוד התורה מיט יראת שמים, אָנגעפילט מיט תלמידים, כן ירבו, וועלכע לערנען תורה מיט אהבת ה' און יראת ה', לימוד המביא לידי מעשה, קיום המצוות בהידור, וועמענס חינוך און הנהגה איז איינגעפונדעוועט אויף די דריי יסודות פון תורת החסידות, אהבת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל שכולי חד, אין דעם פולן זין פון "תומכי-תמימים", לויט דער כוונה פון דעם ערשטן מייסד פון דער ישיבה, כ"ק אדמו"ר הרש"ב, און זיין זון און נאָכפאָלגער, כ"ק מו"ח אדמו"ר, דער מנהל פועל פון דער ערשטער ליובאַוויטשער ישיבה וואָס האָט איבערגעפלאַנצט די ישיבה אויף דעם אַמעריקאַנער באָדן.

גרויס איז דער זכות פון די אַלע וועלכע האָבן געהאָלפן פאַרווירקלעכן די גרויסע אונטערנעמונג פון דעם נייעם בנין. זיכער וועלן זיי ניט נאָר פאָרזעצן זייער שטיצע נאָר אדרבה – אין אַ פאַרגרעסערטע מאָס, כדי צו דערמעגלעכן דער ישיבה אָנפירן איר אַרבעט און דורכפירן איר תפקיד אין דער פולסטער מאָס. ומהם יראו וכן יעשו, אַז די וועלכע האָבן נאָך דערוויילע ניט איינגעשאַפט זיך אַ חלק אין דעם נייעם בנין, וועלן דאָס איצט טאָן און ווערן אַקטיווע שותפים אין דעם מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש.

בזכות זה זאָל השם יתברך אַלעמען און זייערע בני-בית שי' באַגליקן במילוי משאלות לבבם לטובה ולברכה, און – דאָס וועט פאַרשנעלערן די דערפילונג פון דעם צוזאָג פון חכמינו ז"ל: עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות שבבבל (כולל אַלע גלויות) שיקבעו בארץ ישראל (מגילה כט, א), אַז די שולן און ישיבות וועלן איבערגעפלאַנצט ווערן פון די גלות לענדער אין ארץ ישראל, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

בברכה להצלחה מופלגה בכל האמור ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש חכ"ג ע' 320.

מגלגלין . . זכאי: תענית כט, א. וש"נ.

פונם נייען בנין: על רחוב אָשען פּאַרקוויי, בשכונת פלעטבוש אשר בברוקלין.

שלשת ימי הגבלה: ראה בארוכה שו"ע אדה"ז או"ח סו"ס תצד. נתבאר בלקו"ש חי"ח ע' 18 ואילך.

בהוציאך . . ההר הזה: שמות ג, יב. וראה פרש"י עה"פ (משמו"ר פ"ג, ד).

לימוד המביא לידי מעשה: ראה קידושין מ, ב. וש"נ.

שכולי חד: ראה לעיל אגרת ט'תשצג, ובהנסמן בהערות שם.