ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ראש חודש סיון, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

צו די באטייליגטע אין דער יערלעכער אונטערנעמונג פון נ.י. קאָמיטע פאַר דעם סעמינאַר למורות ובתי ספר לנערות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין צוזאַמענהאַנג מיט דער בעפאָרשטייענדער אונטערנעמונג ביום א' הבע"ל, אין דעם ערשטן טאָג פון די שלושת ימי הגבלה – די הכנה טעג צו קבלת התורה –

יהי רצון אַז די אונטערנעמונג זאָל דורכגעפירט ווערן בהצלחה און זאָל פאַרווירקלעכן אַלע ערוואַרטונגען און נאָך מער.

ראש-חודש סיון – ווען דער דאָזיגער בריוו ווערט געשריבן – איז דער טאָג ווען אידן זיינען געקומען צום באַרג סיני, אַלע פאַראייניגט און פאַראיינציגט מיט איין געדאַנק און איין געפיל צו מקבל זיין די תורה הקדושה, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערקלערן דעם פסוק אין דער תורה: ויחן שם ישראל (כולם כאיש אחד בלב אחד) נגד ההר. וואָרום די איינציגע זאַך וואָס פאַרבינדט און פאַראיינציגט און באַלעבט אַלע אידן, אומעטום און אין אַלע צייטן, איז די תורה הקדושה, תורת חיים, און אירע מצוות, וואָס אויף זיי שטייט וחי בהם.

און דאָס איז אויך דער אינהאַלט און צוועק פון אייער אונטערנעמונג, וואָס פאַראיינציגט די פרויען דאָ מיט זייערע שוועסטער אין ארצנו הקדושה, שאַפנדיג די מיטלען צו העלפן וואָס מער אידישע טעכטער צו באַקומען אַן אמת'ן תורה-חינוך, צו מקבל זיין די תורה און צו פאַרשטאַרקן און פאַרשפּרייטן תורה און מצוות, וואָס, כידוע, האָבן אידישע פרויען און טעכטער אין דעם אַ צענטראַלע און לעבנס-וויכטיגע אויפגאַבע און אויפטו.

דער גרויסער זכות פון דער דאָזיגער אַרבעט זאָל אייך אַלעמען ביישטיין געבענטשט צו ווערן צוזאַמען מיט אייערע בני-בית שיחיו אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות און אַ פריילעכן יום-טוב פון קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.


שלושת ימי הגבלה: ראה בארוכה שו"ע אדה"ז או"ח סו"ס תצד. נתבאר בלקו"ש חי"ח ע' 18 ואילך.

ראש חודש סיון . . איז דער טאָג כו': פרש"י עה"פ יתרו יט, א, משבת פו, ב. מכילתא עה"פ.

אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערקלערן דעם פסוק: יתרו שם, ב. מכילתא ופרש"י עה"פ. ויק"ר פ"ט, ט. דא"ז פ' השלום. וראה גם תנחומא באָבער יתרו ט. וראה לקו"ש חכ"א שיחה א' וב' לפ' יתרו (ע' 100 ואילך).

כאיש אחד בלב אחד: פרש"י עה"פ שם. וראה מכילתא שם.

וחי בהם: אחרי יח, ה.