ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, י"ח מנחם אב, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

מר אברהם שי' מאַחעראָווסקי

אַרובא

שלום וברכה!

איך דאַנק אייך פאַר אייער בריוו פון ערב שבת נחמו מיט דאָס בייגעלייגטע קאָפּיע פון דער טעלעגראַמע פון אייער אידישער געמיינדע. דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז סוף כל סוף זאָלן ווירקן די מערערע ווענדונגען אין דעם ענין, און עס זאָל בטל ווערן דער גרעסטער בזיון וואָס איין איד קען טאָן אַ צווייטן אידן, און אין דעם פאַל ניט נאָר אַ צווייטן אידן נאָר דעם גאַנצן אידישן פאָלק, מיט חילול השם און חילול פון כבוד פון אידישן פאָלק. וואָרום אַלע זעען דעם גרעסטן שקר אין פּראָקלאַמירן פאַר דער גאַנצער וועלט, אַז אַ גוי וואָס באַצאָלט 25 דאָלער צו דעם ראַביי וואָס זיצט אין קאַליפאָרניע, וואָס מ'ווייס זיין נאָמען און אַדרעס, שיקט ער אַרויס זיין באַשטעטיקונג און סערטיפיקאַט אַז ער פּראָקלאַמירט דעם גוי פאַר אַ אידן, און ער ווערט אַנערקענט אין ארץ ישראל אַלס איד מיט אַלע רעכט וואָס די רעגירונג גיט פאַר אידן; און זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז מ'גיט דעם דאָזיגען גוי אַרויס אַ פּאַספּאָרט, אַז ער איז אַ איד, אָן קיינע באַמערקונגען דערביי. וואָס אַזאַ שוידערלעכע זאַך האָט דער אידישער פאָלק ניט געהאַט במשך פון טויזנטע יאָרן, אפילו ניט פון זיינע גרעסטע שונאים; און דוקא אין אונזער דור האָט דאָס פּאַסירט.

עס איז ניט כדאי – בפרט דערנעענטערנדיק זיך צו חודש אלול – צו שרייבן זאַכן וואָס גיבן ניט צו כבוד צו אידן, ואדרבה וכו'.

דער אויבערשטער זאָל בענטשן און מצליח זיין – אין איינקלאַנג מיט דעם דאַטום פון אייער שרייבן ערב שבת נחמו – אַז עס זאָל זיין די אמת'ע נחמה פון בטל ווערן פון דעם דערמאָנטן געזעץ ר"ל ובקרוב ממש; און אידן וועלן זיין שטאָלץ אויף זייער אידישקייט, באמת שטאָלץ, און ניט בוקן זיך פאַר יעדן גוי און וועלן עם חנפ'ענען און יוצא זיין פאַר עם, איינשמועסנדיק זיך אַז דורך דעם וועט דער גוי ווערן אַמאָל אַ גוטער פריינט; פאַרגעסנדיק וואָס האָט פּאַסירט אין אונזער דור פון נאָכלויפן גויים און וואָס עס האָט פּאַסירט אין פריערדיקע דורות; און פון איצט אָן וועלן אידן אַליין אויפהערן מבזה זיין דעם אידישן פאָלק און מחלל זיין כבוד ישראל, וואָס דאָס איז דער איינציקער וועג אַז אויך דער גוי וועט וויסן אַז מ'דאַרף זיך רעכענען מיט אַ אידן.

בברכה אַז איר זאָלט קענען אָנזאָגן גוטע בשורות אין די אַלע ענינים וועגן וועלכע איר שרייבט אין אייער בריוו ובקרוב.


מר אברהם מאַחעראָווסקי: אגרות נוספות אליו – לעיל אגרת ט'תשפא, ובהנסמן בהערות שם.

פון דער טעלעגראַמע: ששלחו כו"כ רבנים וראשי קהילות ואנשי קהילתם לארץ ישראל במחאה על הסכנה שבחוק "מיהו יהודי" והתביעה לתקנו תיכף ומיד על ידי הוספת המלה "כהלכה".