ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב"ה, ערב שבת קודש תבוא, ח"י אלול, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער

פון ישיבת אחי-תמימים אין נואַרק

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דער ידיעה וועגן דער בעפאָרשטייענדער מסיבה, דער יערלעכער דינער פון דער ישיבה, דעם קומענדיקען כ"ב אלול –

דער חודש אלול איז אַ ספּעציעלער חודש צווישן אַלע חדשים פון יאָר דורכדעם וואָס ער איז דער חודש פון חשבון הנפש פאַר דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, און צוגרייטונג צום נייעם יאָר.

דער אינהאַלט פון דעם חודש דריקט זיך אויס אויך אין דעם וואָס פון ראש חודש אלול הויבט מען אָן צו זאָגן קאַפּ' כ"ז פון תהלים: לדוד ה' אורי וישעי גו' מעוז חיי – "דער אויבערשטער איז מיין ליכטיקייט און מיין רעטונג . . די שטאַרקייט פון מיין לעבן".

די דערקלערונג פון די דריי דערמאָנטע באַגריפן – ליכטיקייט, רעטונג, שטאַרקייט – איז:

אַ מענטש האָט דאָך פאַר זיך צוויי וועגן אין לעבן, דער וועג פון טוב און דער וועג פון דאָס פאַרקערטע, און דאַרף אויסקלייבן צווישן זיי. מוז ער דעריבער אָנקומען צום אויבערשטן צו באַלייכטן דעם ריכטיגן וועג.

אין דעם וועג זיינען אָבער פאַראַן שטרויכלונגען און שוועריקייטן; דעריבער דאַרף מען אויך אָנקומען צום אויבערשטן'ס הילף און ישועה אויסצומיידן שטרויכלונגען און בייקומען שוועריקייטן.

און אַזוי ווי שלימות פאָדערט אַז מ'זאָל גיין אויף דעם גוטן וועג מחיל אל חיל און שטייגן אין אַלע גוטע זאַכן, פון גוט צו בעסער און פון שמחה און לעבעדיקייט צו מער שמחה און לעבעדיקייט – דאַרף מען ערשט אָנקומען צום אויבערשטן מעוז חיי.

אין ליכט פון די דאָזיגע געדאַנקען וועגן חודש אלול און אין גייסט פון דעם חודש, ווי אויבנדערקלערט, האָף איך אַז די יערלעכע אונטערנעמונג וועט דורכגעפירט ווערן מיט גרויס הצלחה, כדי צו העלפן די ישיבה פאַרשטאַרקן און אויסברייטערן איר חינוך טעטיקייט; אַ חינוך על-טהרת-הקודש, באַגרינדעט אויף דעם "אלול'דיגן" צוגאַנג, צו דערציען די תלמידים צו אמת'ער שלימות אויף די דערמאָנטע דריי יסודות: ה' אורי, ישעי, מעוז חיי.

מיט באַגריסונג צו דער הנהלה פון דער ישיבה, די חשוב'ע געסט און אַלע אָנטיילנעמער און פריינט, וועלכע האָבן דעם גרויסן זכות צו שטיצן די ישיבה זי זאָל בליען און וואַקסן און אַרויסגעבן גוטע פירות,

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות ולכתיבה וחתימה טובה,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש חי"ט ע' 491.

לתוכנה – ראה גם אגרות שלפנ"ז ושלאח"ז. לקו"ש ח"ט ע' 172 ואילך.

דער חודש פון חשבון הנפש: ראה סה"מ תרצ"ו ס"ע 141 ואילך. תרח"ץ ס"ע סו. סה"מ אידיש ע' 75. שם ע' 129. ובכ"מ. וראה תו"מ סה"מ תשרי ע' קטז, ובהנסמן שם הערה 65.

פון ראש חודש אלול . . לדוד ה' אורי: ראה גם בהנסמן לעיל אגרת ט'תתקסד הערה ד"ה מנהג.

מחיל אל חיל: תהלים פד, ח. וראה ברכות ומו"ק בסופן. שו"ע אדה"ז או"ח סקנ"ה ס"א. וש"נ.