ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'ג

ב"ה, ו' מרחשון, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור

מו"ה אברהם שי' מאלצבערג

שלום וברכה!

איך באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בריוו מיט דעם בייגעלעגטן טשעק אויף דעם נאָמען פון מחנה ישראל אין דער סומע פון 10,500$, אויף אָנצוהויבן אַ קרן גמילות חסדים בארצנו הקדושה ת"ו, אויפן נאָמען און צום זכות פון אייערע עלטערן ע"ה.

איך האָב באַאויפטראַגט מחנה ישראל צו פאַרשטענדיגן זיך מיט אונזערע פאָרשטייער אין ארץ-ישראל דורכצופירן בעזר השי"ת אייער וואונש.

השם יתברך זאָל אייך מצליח זיין און דערמעגלעכן אויסצוברייטערן דעם קרן גמילות חסדים, און דער גרויסער זכות פון דער דאָזיגער גרויסער מצוה זאָל אייך און אַלע אייערע ביישטיין לאריכת ימים ושנים טובות, וואָס דאָס איז דאָך פון די מצוות שאדם אוכל פירותיהן בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא, און עס וועט זיכער זיין אַ גרויסער נחת רוח און זכות פאַר די נשמות פון אייערע ג-טזעליגע עלטערן, ז"ל.

בכבוד ובברכה.


שאדם . . הבא: פאה פ"א מ"א. שבת קכז, סע"א. וש"נ.