ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'יא

ב"ה, כ' מרחשון, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

היינט, אין דעם יום הולדת פון כ"ק אדמו"ר הרש"ב נבג"מ זי"ע, דער מייסד פון תומכי-תמימים אין ליובאַוויטש, וועלכע איז נאָך פיל וואַנדערונגען איבערגעפלאַנצט געוואָרן אין אַמעריקע דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר נבג"מ זי"ע, קום איך מיט דער דאָזיגער ווענדונג.

הייאָר, שמחת-תורה, איז געוואָרן 70 יאָר זינט דער שיחת-קודש פון דעם מייסד הישיבה, וועלכע איז געזאָגט געוואָרן אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם דריטן יאָרטאָג פון דער גרינדונג פון ישיבת תומכי-תמימים.

אין דער שיחה האט דער רבי נ"ע פאָראויסגעזען אַ צייט פון חרפו עקבות משיחך – די וועלכע לעסטערן און שטופּן אָפּ די פוסטריט פון משיח צדקנו. ער האָט דאַן אויסגעדריקט די זיכערע האָפנונג, אַז די תלמידים "תמימים" וועלן דינען אַלס קעגן-מיטל, און וועלן זיין די מסירת-נפש'דיגע אנשי-חיל, די תורה-סאָלדאַטן, וועלכע וועלן פאַרטרייבן די פינצטערניש און מקרב זיין די גאולה.

אין אונזער דור זעען מיר באַשיינפערלעך, ווי די נצחיות'דיגע רייד פון דעם גרינדער פון ישיבת תומכי-תמימים ווערן פאַרווירקלעכט. פון איין זייט זעען מיר אַ דור יוגנט וואָס איז נעבעך זייער צעטומלט, אינערלעך צעריסן און אויסערלעך אומגעצוימט און צעשטערעריש. אָבער פון דער אַנדער זייט זעען מיר די ישיבה יוגנט, ספּעציעל די תלמידים פון תומכי-תמימים, אַלס מוסטערהאַפטע לעבעדיגע ביישפּילן ווי אידישע יוגנט דאַרף זיך פירן; די נרות להאיר – ליכט וועלכע לייכטן און באַלייכטן דעם אַרום, מיט דער ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור, און מיט דער מאור שבתורה, תורת החסידות. זיי באַרעכטיגען די גרויסע האָפנונגען וואָס די מייסדי תומכי-תמימים, נשיאינו רבותינו נבג"מ זי"ע האָבן אויף זיי געלעגט.

אין די קומענדיגע וואָכן ערב דער יערלעכער חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש, האָף איך און בין זיכער, אַז אנ"ש שי' בפרט און חובבי ותומכי תורה שי' בכלל וועלן זיך וואַרעם אָפּרופן אויפן רוף פון דער הנהלה, צו טאָן – יעדער איינער און איינע לויט זייערע פולסטע מעגלעכקייטן – אַלץ וואָס איז פון זיי אָפּהענגיג, כדי צו פאַרזיכערן, אַז די יערלעכע חגיגה זאָל דורכגעפירט ווערן בהצלחה גדולה, ניט נאָר ברוחניות נאָר אויך בגשמיות, פשוט צו שאַפן די נויטיגע פינאַנציעלע הילף פאַר דער ישיבה אָנצוגיין מיט איר הייליגער אַרבעט און דורכפירן די כוונה פון דעם מייסד הישיבה אין דער פולסטער מאָס, און דאָס מיינט אין אַן אופן פון מוסיף והולך מוסיף ואור.

השם יתברך זאָל העלפן יעדן איינעם און איינע צו דערפילן דאָס אויבנדערמאָנטע, און דאָס איז אויך אַ צנור און כלי למילוי משאלות לבבם לטובה ולברכה, פאַר זיך און די בני-בית שיחיו, אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


שיחת-קודש: שמח"ת תרס"א – נדפסה בלקו"ד ח"ד תשפז, ב ואילך. סה"ש תש"ב ס"ע 141 ואילך.

חרפו עקבות משיחך תהלים פט, נב.

נרות להאיר ראה לקו"ש חכ"ה ע' 344 הערה 2. וש"נ.

נר מצוה ותורה אור משלי ו, כג.

מאור שבתורה, תורת החסידות ראה קרבן העדה לירושלמי חגיגה פ"א ה"ז. יפה ענף לפתיחתא דאיכ"ר ב. אוה"ת תצוה ע' א'רנח. סה"מ תרמ"ז ע' פז-פח. המשך תער"ב ח"ג ע' א'שכב. סה"מ עטר"ת ע' רנ. תרפ"ט ע' 176.