ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'כד

ב"ה, ערב יוד-טית כסלו, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער

פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די יערלעכע חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש קומט הייאָר פאָר צווישן די סגולה טעג פון י"ט כסלו און חנוכה, וועלכע האָבן אַ נאָענטע שייכות צווישן זיך, וואָס אונטערשטרייכט אויך די ספּעציעלע באַדייטונג פון דער אונטערנעמונג.

די היסטאָרישע געשעענישן וועלכע האָבן געפירט צו חנוכה און צו י"ט כסלו האָבן געמיינזאַמע שטריכן, סיי אין זייער אינהאַלט און סיי אין זייערע אָנווייזונגען פאַר יעדן איינעם און איינע פון אונז אין אונזער טאָג-טעגלעכן לעבן.

חנוכה דערמאָנט אונז די מסירת-נפש פון אַ הייפעלע אידן – די חשמונאים און זייערע נאָכפאָלגער – וועלכע האָבן געקעמפט צו פאַרהיטן די ריינקייט און אומ'פשרות'דיקייט פון דער תורה הקדושה, אין אַ צייט ווען עס האָט געדרויט אַ פינצטערניש און צעמישעניש בנוגע ריינע אידישע אמונה און עכטע אידישע ווערטן. מיט דעם אויבערשטנ'ס הילף און מיט פיל נסים האָבן זיי אויסגעקעמפט די ריינקייט און קדושה פון נר מצוה ותורה אור אין טאָג-טעגלעכן אידישן לעבן.

י"ט כסלו דערמאָנט אונז די מסירת-נפש פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן-ערוך, צו פאַרשפּרייטן די אינערלעכע ליכטיקייט פון תורה ומצוות דורך תורת הבעל-שם-טוב, זו תורת החסידות, און ווי אַזוי ער האָט דאָס אויך אויסגעקעמפט פאַר כלל ישראל, מיט ג-ט'ס הילף און דורך פיל נסים. און זינט דאַן – נאָענט צו 200 יאָר – איז חסידות אַ קוואַל פון תורה-אידישקייט אָן פשרות פאַר עכט-אידישן לעבן אין אַלע טיילן פון דער וועלט.

און פּונקט ווי חנוכה דריקט זיך אויס אין דריי הויפּט מאָמענטן, וועלכע ווערן סימבאָליזירט אין דער מצוה פון נר חנוכה, אונטער- שטרייכנדיג: (א) די ריינקייט פון תורה (= אומבאַרירטער פך שמן מיטן חותם פון כהן גדול), (ב) די נויטווענדיקייט צו פאַרשפּרייטן די ליכטיקייט פון תורה ומצוות אויך אין דרויסן (= על פתח ביתו מבחוץ), און (ג) אין אַ שטייגענדער מאָס (= מוסיף והולך),

אזוי אויך י"ט כסלו דריקט זיך אויס אין די זעלבע דריי הויפּט מאָמענטן, אין דער לאָזונג און שיטה פון יפוצו מעינותיך חוצה: (א) צו פאַרשפּרייטן אין אַ שטייגענדער מאָס (= יפוצו), (ב) די ריינע קוואַלן פון תורה און מצוות דורכגעדרונגען מיט ליכטיקייט און וואַרעמקייט פון חסידות (= מעיינותיך), (ג) צו דערגרייכן און דורכנעמען אויך די וועלכע זיינען נאָך דערוויילע אין דרויסן (= חוצה). י"ט כסלו איז אייגנטלעך אַ המשך און דערגענצונג פון חנוכה.

דער מרכז הישיבות תומכי-תמימים פאַראיינציקט און פאַרקערפּערט אין זיך דעם גייסט און אינהאַלט פון חנוכה און פון י"ט כסלו. די ליובאַוויטשער ישיבה האָט אויפגעשטעלט, און שטעלט אויף, דורות תלמידים "תמימים" וועלכע פאַרשפּרייטן תורה ומצוות על טהרת הקודש, דורכגעדרונגען מיט חסידישער לעבעדיקייט, וואַרעמקייט און מסירת נפש. זיי זיינען לעבעדיגע ליכט, וואָס ניט נאָר זיי שיינען און מאַכן ליכטיק אַרום זיך, נאָר מיט אַ טיף-איינגעפלאַנצטע אהבת-ישראל צינדן זיי אָן פיל ליכטעלעך אין קרייזן וועלכע זיינען נאָך ליידער דערוויילע "אין דרויסן" אין אַן אופן פון מוסיף והולך מוסיף ואור – וואָס מער ליכטעלעך און וואָס מער ליכטיקייט.

דער מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש פאַרדינט דעריבער די פולסטע שטיצע פון אַלע וועלכע פאַרשטייען די טייערקייט פון תורה און מצוות און אַנערקענען די אחריות וועלכע ליגט אויף יעדן אידן און אידישע פרוי צו פאַרשטאַרקן תורה-אידישקייט בכלל און צווישן יונגען דור בפרט.

די יערלעכע אונטערנעמונג פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש איז אַן אַרויספאָדערונג, און צוגלייך אַ געלעגנהייט, אויסצו- דריקן אויף אַ קאָנקרעטן אופן די אינערלעכע אידישע באַוואוסטזיניקייט און אחריות, דורך שאַפן די נויטיגע פינאַנציעלע הילף צו דערמעגלעכן די ליובאַוויטשער ישיבה פאָרזעצן און אויסברייטערן איר לעבענסוויכטיגע אַרבעט.

השם יתברך זאָל יעדן איינעם און איינע מצליח זיין אין דעם אין דער פולסטער מאָס, און דאָס איז אויך דער וועג צו באַקומען די ג-טלעכע ברכות פאַר זיך און די בני-בית שיחיו, אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך מאַטעריעל און גייסטיג.

בכבוד ובברכה להצלחה מרובה ולבשורות טובות בכל האמור,

מנחם שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 272, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

נר מצוה ותורה אור משלי ו, כג.

תורת הבעל-שם-טוב, זו תורת החסידות ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' רנט.

פך שמן . . על פתח ביתו מבחוץ . . מוסיף והולך שבת כא, ב. טור או"ח הל' חנוכה סעת"ר. רמב"ם הל' חנוכה פ"ד ה"ז. שם ה"א וה"ג. טושו"ע שם סתרע"א ס"ה. שם ס"ב.

י"ט כסלו . . יפוצו ראה סה"ש תורת שלום ס"ע 112 ואילך.

יפוצו מעינותיך חוצה ראה גם לעיל ח"ה אגרת א'רסב. לקמן אגרת י'כו. י'כז. לקו"ש חט"ו ע' 282. וש"נ.