ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'כז

ב"ה, אין די טעג צווישן י"ט כסלו און חנוכה, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

צו די נשי ובנות חב"ד – סניף לונדון

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין די דאָזיגע טעג צווישן י"ט כסלו – דער חג הגאולה פון אַלטן רבי'ן, מייסד תורת חסידות חב"ד – און די טעג פון חנוכה הבע"ל,

קום איך אויסצודריקן די האָפנונג, אַז יעדע איינע פון אייך, בתוככי כלל ישראל, וועט אויסנוצן די דאָזיגע סגולה-טעג צו פאַרשטאַרקן די טעטיקייט צו פאַרשפּרייטן תורה ומצוות באַלויכטן מיט חסידישער ליכטיקייט און לעבעדיקייט, סיי באַ זיך און אין דער היים, און סיי אין דער דרויסנדיגער סביבה, לויט די אָנווייזונגען פון די דאָזיגע טעג.

און זיכער איז אייך באַוואוסט, אַז איינע פון די עקריות'דיגע אָנווייזונגען פון י"ט כסלו, חג הגאולה, איז הפצת המעיינות חוצה ("פאַרשפּרייטן די קוואַלן אינדרויסן"), וואָס נעמט אַריין דריי ענינים:

א) צו משפיע זיין אויף די – יחידים און קרייזן – וועלכע זיינען נאָך "אינדרויסן";

ב) צו באַלעבן זיי מיט די מים חיים פון די מעינות פון תורה און חסידות;

ג) און טאָן דאָס אין אַן אופן פון הפצה – פאַרשפּרייטן אַלץ מער און מער.

און דאָס איז דאָך אויך איינע פון די עיקריות'דיגע אָנווייזונגען פון די טעג פון חנוכה, אין דער מצוה פון נר חנוכה, וואָס מ'צינדט אָן "על פתח ביתו מבחוץ" ("ביים אַריינגאַנג פון הויז אינדרויסן"), צוגעבנדיג נאָך אַ ליכטל יעדע נאַכט פון חנוכה. וואָס כאָטש ווען מ'צינדט אָן איין ליכטל די ערשטע נאַכט חנוכה איז מען מקיים די מצוה לויטן דין און פולשטענדיג, דאַרף מען אָבער צוגעבן נאָך אַ ליכטל די צווייטע נאַכט, און אַזוי ווייטער מיט אַ ליכטל מער. וואָס דאָס ווייזט, אַז אַזוי דאַרף מען אויך פאַרשפּרייטן די ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור.

און אַ ספּעציעלע באַדייטונג איז פאַראַן אין דעם פאַר אידישע פרויען און טעכטער בכלל, און פאַר נשי ובנות חב"ד בפרט, לויט ווי אונזערע חכמים האָבן געזאָגט: "אויך זיי (די פרויען) האָבן אַ חלק אין דעם דאָזיגן נס".

מיט וואונש צו הצלחה בכל האמור און אַראָפּברענגען פון דער השפעה פון די דאָזיגע טעג אין אַלע טעג פון יאָר – מוסיף ואור,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש חל"ה ע' 312 ואילך, והושלמה ע"פ צילום האגרת. אגרת זו בלה"ק – לעיל אגרת שלפנ"ז.

אָנווייזונגען פון י"ט כסלו . . חוצה ראה סה"ש תורת שלום ס"ע 112 ואילך.

הפצת המעינות חוצה ראה גם לעיל אגרת י'כד, ובהנסמן בהערות שם.

"על פתח ביתו מבחוץ" שבת כא, ב. רמב"ם הל' חנוכה פ"ד ה"ז. טושו"ע או"ח הל' חנוכה סתרע"א ס"ה.

צוגעבנדיק נאָך אַ ליכטל יעדע נאַכט שבת שם. רמב"ם שם ה"א וה"ג. שו"ע שם ס"ב.

ווען מ'צינדט אָן איין ליכטל . . איז מען מקיים די מצוה שבת שם. רמב"ם שם ה"א. שו"ע שם ס"א.

נר מצוה ותורה אור משלי ו, כג.

אונזערע חכמים שבת כג, א. וראה טור או"ח הל' חנוכה סתרע"ה.