ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'נב

ב"ה, א' וארא, ש"ק מברכים שבט, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

צו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס – אין אַלגעמיין, און צו די אָנטיילנעמער אין דער יערלעכער מלוה מלכה – בפרט,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה, אַז די יערלעכע מלוה מלכה וועט הייאָר פאָרקומען מוצאי שבת קודש מברכים החודש שבט.

דער חודש שבט, אויסער אַלע ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דעם חודש, האָט אַ ספּעציעלע באַדייטונג פאַר יעדן איינעם און איינע וואָס האָט אַ שייכות צו ליובאַוויטש און ליובאַוויטשער מוסדות. וואָרום ס'איז דאָך דער חודש פון יאָרצייט-הילולא פון נשיא דורנו, כ"ק מו"ח אדמו"ר, י' שבט.

דער חודש האָט אויך אַ באַזונדערע באַדייטונג פאַר נשי ובנות חב"ד, ווייל אין דעם חודש (י"ג שבט) איז דער יאָרצייט פון הרבנית שטערנא שרה, זיין מאַמע, און דער יאָרצייט פון הרבנית רבקה, זיין באָבע (י' שבט).

די אַלע נקודות דאַרפן אַרויסרופן אַ ספּעציעלע באַגייסטערונג באַ אַלע אָנטיילנעמער אין דער מלוה מלכה און פריינט פון די בית רבקה מוסדות.

עס איז זיכער איבעריג צו אונטערשטרייכן די גרויסע אויפטואונגען פון די בית רבקה שולעס אין געביט פון חינוך הבנות על טהרת הקודש. פאַר די אלע יאָרן זינט דער גרינדונג פון די בית רבקה שולעס האָבן מיר שוין זוכה געווען צו זען די גוטע פירות און פרי-פירות, אידישע מאַמעס און טעכטער דערצויגן אין גייסט פון תורה און מצוות און באַזעלט מיט חסידישער ליכטיקייט און מדות טובות.

עס איז צו האָפן, אַז די אָנערקענונג און באַגייסטערונג פאַר די בית רבקה שולעס מצד די אָנטיילנעמער אין דער מלוה מלכה און אַלע פריינט פון בית רבקה וועט זיך אויסדריקן אין מעשה בפועל – וואָרום מעשה איז דאָך דער עיקר – אין שאַפן די נויטיגע פינאַנציעלע הילף, וואָס דאָס מיינט דאָך אויך די נויטיגע מאָראַלישע הילף פאַר די עסקנים פון בית רבקה, און די נויטיגע גייסטיגע הילף פאַר די תלמידות פון בית רבקה.

השם יתברך זאָל העלפן, אַז די אלע אויבנדערמאָנטע ענינים זאָלן דורכגעפירט ווערן בהצלחה גדולה, און דאָס זאָל אויך שאַפן ברייטע צנורות צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, בבני חיי ומזוני רויחי, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


מצילום האגרת.

מעשה . . עיקר אבות פ"א מי"ז.