ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'צד

ב"ה, ז' אדר, שנת כ"י תש"א

את ראש בני ישראל

ברוקלין, נ.י.

צו דער 29טער יערלעכער מסיבה פון די "נציבי הישיבה" תומכי-תמימים ליובאַוויטש אין מאָנטרעאַל

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די אָנטיילנעמער אין דער יערלעכער מסיבה – עטלעכע טעג נאָך פורים – וועלן זיכער מיטברענגען מיט זיך די פרישע באַגייסטערונג וואָס די טעג פון פורים ברענגען אַלע אידן.

די נסים פון פורים, פאַר וועלכע מיר דאַנקען דעם אויבערשטן אין דער תפלה "ועל הנסים", זיינען געקומען אַלס פועל-יוצא דערפון וואָס די אידן זיינען בייגעשטאַנען דעם גרויסן נסיון ניט צו זוכן אַ "לייכטען" אויסוועג קעגן די גזירה פון המן הרשע דורך אויפגעבן אידישקייט ח"ו. וואָרום די גזירה פון המן הרשע איז געווען געווענדעט קעגן אידן אַלס אידן, און ס'איז געווען "לייכט" אויסצומיידן די גזירה דורך אַראָפּוואַרפן ח"ו פון זיך דעם עול תורה ומצוות. אפילו ניט מער ווי אויסערלעך. פונדעסטוועגן האָבן זיך די אידן ניט נאָר געהאַלטן פעסט באַ תורה-אידישקייט מיט גרויס מסירת נפש במשך פון דעם גאַנצן יאָר וואָס די גזירה איז געהאָנגען איבער זיי, נאָר האָבן פאַרשטאַרקט זייער צוגעבונדנקייט צו תורה און מצוות מיט אַ טיפן געפיל פון תשובה וואָס האָט דורכגעדרונגען אַלע אידן.

אין יענע קריטישע טעג איז ספּעציעל אונטערגעשטראָכן געוואָרן די וויכטיקייט פון חינוך הכשר, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערציילן, אַז מרדכי היהודי האָט פאַרזאַמלט אידישע קינדער און זיי געשטאַרקט אין לימוד התורה וקיום המצוות, ביז מסירת-נפש ממש. און דאָס האָט געבראַכט דעם נסים'דיגען "ונהפוך הוא" – די פולשטענדיגע איבערקערעניש פון טרויער צו שמחה און, ווי די מגלה דערציילט, ליהודים הייתה אורה ושמחה וששון ויקר.

ווי אַלע אָנווייזונגען אין תורה (מלשון הוראה), וואָס קומען פון תורה הנצחית, זיינען גילטיג אין אַלע צייטן און ערטער, לערנען אונז די געשעענישן פון פורים, ווי אַזוי אידן קענען זיך באַפרייען פון די המן'ס אין אַלע דורות, אַריינגערעכנט אונזער צייט: דאָס איז – צו פאַרשטאַרקן דעם צוזאַמענבונד פון אידן מיט דער תורה הנצחית, דורך קיום התורה והמצוות אין טאָג-טעגלעכן לעבן, און בפרט צו פאַרשטאַרקן דעם תורה-חינוך פון אידישע קינדער וואָס זאָל זיי דורכנעמען ביז צו דער העכסטער מדריגה פון איבערגעבענהייט צו אמת'ע אידישקייט תורה ומצות – דורכגענומען מיט חסידישע וואַרימקייט און באַגייסטערונג.

אין ליכט פון דאָס אויבנגעשריבענע, וועט יעדער אָנטיילנעמער אין דער יערלעכער מסיבה זיכער אָפּשאַצן אין דער פולסטער מאָס די באַדייטונג פון דער גרויסער פעסטונג פון תורה-חינוך, די ליובאַוויטשער ישיבה אין אייער שטאָט, און אויסדריקן דאָס במעשה בפועל. ובזכות זה וועט דער אויבערשטער בענשן און מצליח זיין אַז עס זאָל זיין "אורה ושמחה וששון ויקר" אין אַלע הינזיכטן, באַ אייך און אייערע בני בית שיחיו און באַ אַלע אידן, שליט"א.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 387, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

די גזירה וכו' ראה תורה אור מגילת אסתר צא, ב. צז, א. צט, ב. הנסמן בתו"מ – סה"מ אדר ע' נה הערה 12. לקו"ש חכ"ו ע' 439 הערה ד"ה זיך געקענט.

במשך פון דעם גאַנצן יאָר ראה סה"מ שם ע' פה, ובהנסמן שם הערות 57-56. הנסמן בלקו"ש שם הערה ד"ה במשך.

חכמים . . דערציילן ראה אסת"ר פ"ח, ז. פ"י, ד. יל"ש אסתר רמז תתרנח. ויק"ר (פכ"ח, ו) ויל"ש אמור (רמז תרמג) עה"פ (אמור כג, יא) והניף את העומר. פס"ר פי"ח (פ' העומר). סה"מ שם. וש"נ.

ונהפוך הוא אסתר ט, א.

פון טרויער צו שמחה ע"פ לשון הכתוב שם, כב: והחודש אשר נהפך להם מיגון לשמחה וגו'.

ליהודים . . ויקר שם ח, טז.

תורה (מלשון הוראה) ראה רד"ק לתהלים יט, ח. ספר השרשים שלו ערך ירה. גו"א ר"פ בראשית בשם הרד"ק. וראה זח"ג נג, ב.

תורה הנצחית ראה תניא רפי"ז. וראה לקו"ש חכ"ג ע' 33 ואילך. וש"נ.