ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'קה

ב"ה, ח' אדר, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

מרת נחמה תחי' שייבר

ברכה ושלום!

איך האָב ערשט באַקומען אייער בריוו פון ד' אדר, אין צוגאָב צו די גרוסן דורך אונזער געמיינזאַמען פריינד הרה"ג הרה"ח וכו' הרב קאַזאַרנאָווסקי שי', וואָס האָט מיר זיינערצייט אויך איבערגעגעבן וועגן די מעדיצינישע אונטערזוכונגען. איך האָב אייך מזכיר געווען, בעת רצון, אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואָס איר און די אַנדערע מיטגלידער פון דער משפחה שי' האָבן פון אים באַקומען ברכות מערערע מאָל.

השם יתברך זאָל אייך העלפן פאָרצוזעצן אייער העכסט-וויכטיג אַרבעט בכלל פאַר אידן, און ספּעציעל די אַרבעט וואָס איז פאַרבונדן מיט אמת-תורה'דיגע דערציאונג פון אידישע יוגנד, און איר זאָלט דאָס קענען טאָן אין אַ גוטע שטימונג, מיט שמחה און לעבעדיקייט, לויט אייער געוואוינהייט ביז איצט און נאָך מערער.

די איצטיגע טעג פון פאַר פורים, און פורים, און נאָך פורים זיינען דאָך ספּעציעל צוגעפּאַסט צו מאַכן גוטע באַשלוסן און אָנהויבן דורכצופירן זיי אין גייסט פון דאָס אַלעס אויבנגעשריבענע. באַזונדערס נעמענדיג אין אַכט, אַז די דאָזיגע טעג אונטערשטרייכן די וויכטיגע ראָלע וואָס תורה גיט אָפּ אידישע פרויען, און ווי גערעדט מערערע מאָל, אז די מגילה וואָס ווערט צוויי מאָל געלייענט פורים, באַנאַכט און באַטאָג, ווערט אָנגערופן ניט אויפן נאָמען פון מרדכי, און אויך ניט פון מרדכי און אסתר צוזאַמען, נאָר דוקא אויפן נאָמען פון אסתר אַליין – מגילת אסתר.

מיט וואונש צו אַלעס גוטעס און גוטע בשורות, און זעלבסטפאַר- שטענדלעך אויך בנוגע אייערע קינדער שיחיו, אַז עס זאָל דערפילט ווערן אַייער וואונש און ברכה צו זיי אַז זיי זאָלן פירן זייער הויז און זייערע קינדער שי' לויט דער פאַרהייליגטען נוסח פון דורי-דורות – לתורה ולחופה ולמעשים טובים,

אַ פריילעכן פורים.


מרת נחמה שייבר: אגרות נוספות אלי' – לעיל חכ"ד אגרת ט'צ, ובהנסמן בהערות שם.

די מגילה . . ווערט אָנגערופן . . מגילת אסתר ראה גם לעיל אגרת י'צה, ובהנסמן בהערות שם.