ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'קכג

ב"ה, ג' ניסן, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

ברכה ושלום!

איך האָב ערהאַלטן אייער בריוו פון ערב ראש חודש ניסן מיט דאָס בייגעלעגטע, פאַר וועלכע איר וועט דאָ געפינען די קבלה.

דער זכות פון דער צדקה זאָל אייך ביישטיין אין אַלץ וואָס איר נויטיגט זיך צוזאַמען מיט דער גאַנצער משפחה שי', און איר זאָלט קענען אָנזאָגן גוטע בשורות אין אַלע הינזיכטן.

אין ענטפער אויף דער טעלעפאָנישער אָנפראַגע וועגן דער מעדיצין וואָס דער דאָקטאָר האָט פאַרשריבן –

איז וויבאַלד אַז תורת אמת זאָגט "ורפא ירפא" דאַרף מען אויספאָלגן די אָנווייזונגען פונם דאָקטאָר. דאָס וואָס איר שרייבט וועגן דער ווירקונג פון דער מעדיצין, אַז דאָס מאַכט אייך פילן ניט ווי עס באַדאַרף צו זיין, האָט איר וועגן דעם געדאַרפט זאָגן דעם דאָקטאָר, און אויב ער וועט באַשטיין אַז איר דאַרפט פאָרט נעמען די מעדיצין, דאַרפט איר פרעגן באַ עם אויב מ'קען דאָס נעמען אין אַ קלענערע דאָזע, און נאָכן אויסהערן אייערע טעמים דאַרף מען אויספאָלגן וואָס ער וועט זאָגן.

דער אויבערשטער רופא כל בשר ומפליא לעשות זאָל אייך שיקן די רפואה דורך דעם דאָקטאָר, ויהי רצון אַז איר זאָלט אָנזאָגן געזונדע בשורות און פריילעכע בשורות.

בברכת חג הפסח כשר ושמח.


ורפא ירפא: משפטים כט, יט.