ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'קכה

ב"ה, י"א ניסן, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די ימים טובים זיינען, ווי באַקאַנט, פאַרבונדן מיט באַשטימטע צייטן פון יאָר: פסח מוז זיין אין חודש האביב, אין פרילינג, שבועות איז פאַרבונדן מיט דער צייט פון ווייץ-שניט, און ווערט אָנגערופן חג הקציר, סוכות איז פאַרבונדן מיט דער צייט פון איינזאַמלען די תבואה און פירות, און ווערט אָנגערופן חג האסיף.

ספּעציעל ווערט אין דער תורה אונטערגעשטראָכן די פאַרבינדונג פון פסח מיט פרילינג, ווי עס שטייט: שמור את חודש האביב ועשית פסח לה' אלקיך (היט דעם פרילינג-חודש און מאַך פסח צו השם דיין ג-ט).

פסח און חודש האביב האָבן געמיינזאַמע שטריכן. איינע פון זיי: פסח איז "ראש לרגלים" – דער "קאָפּ" פון די ימים טובים – דער ערשטער און דער אָנהויב פון די אַנדערע ימים טובים, נאָכמער: דער המשך און אָפּשלוס פון פסח – פון דעם וואָס אידן זיינען געוואָרן אַ פאָלק – איז אין זמן מתן תורתנו, שבועות. און סוכות איז דאָך ווייל: בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים (אין סוכות האָב איך באַזעצט אידן ווען איך האָב זיי אַרויסגענומען פון ארץ מצרים). אַזוי איז דער חודש האביב דער ערשטער פון אַלע חדשים, און די צייט פון שפּראָצונג און בליאונג וואָס ברענגט צו קציר און אסיף.

***

די שייכות פון פסח צו חודש האביב האָט אויך אַ טיפערע באַדייטונג:

פסח, זמן חירותינו, האָט געבראַכט אַ פולשטענדיגע אומוואַנדלונג מעבדות לחירות, מאפילה לאור גדול – פון דער נידעריגסטער מדריגה פון קנעכטשאַפט צו דער העכסטער מדריגה פון פרייהייט, פון אַ טיפע פינצטערניש צו אַ גרויסע ליכטיקייט. ענליך צו דעם איז אויך די ענדערונג פון דער נאַטור אין פרילינג, ווען די ערד כאַפּט זיך אויף פון טיפן ווינטער-שלאָף, ווערט באַפרייט פון די קייטן און צוימונגען פון קאַלטן ווינטער, און נעמט שפּראָצן און בליען, ביז אַז די תבואה זאַנגען הייבן זיך שוין אָן אָנפילען. אָדער אין אַ פרט גענומען: ווען פון אַ קערנדל, נאָכדעם ווי ער ווערט צעפוילט, שפּראָצט אַרויס נייע, לעבנדיגע און וואַקסנדע תבואה. אין ביידע פאַלן – פסח און פרילינג – איז די ענדערונג ניט אַ אויפשטייג פון איין מדריגה צו אַ נעקסט צווייטער, נאָר אַן ענדערונג שלא בערך – אַן ענדערונג וואָס שאַפט אַ נייע בריאה.

***

ווי עס איז באַמערקט געוואָרן מערערע מאָל, איז יעדער ענין אין תורה (מלשון "הוראה") אַן אָנווייזונג און אָפּלערנונג, בפרט אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ יום-טוב, און במיוחד – מיט אַ כללות'דיגן יום-טוב ווי פסח.

אַ הוראה כללית פון פסח, ספּעציעל פון דעם צוזאַמענבונד פון יציאת-מצרים מיט חודש האביב דוקא – פאַר יעדן אידן, מאַן און פרוי, אין טאָג-טעגלעכן לעבן, איז:

דער מענטשלעכער לעבן איז, אין אַלגעמיין, איינגעטיילט אין צוויי ספערן: דער פּערזענלעכער לעבן און זיין אויפטו אין וועלט; און אין די ביידע איז דאָ דער גייסטיגער לעבן און דער פיזישער לעבן.

די אויפגאַבע פון אַ אידן איז "אַרויסנעמען" אַלעס וואָס עס איז דאָ אין די אויבענדערמאָנטע ספערן – מעבדות לחירות (פון זייערע מצרים וגבולים – באַגרענעצונגען) דורך "אויפהויבן" זיי צו (מער) רוחניות (גייסטיקייט) – ביז צו דינען מיט יעדען פרט פון זיי דעם אויבערשטן.

אויך די זאַכן וועלכע ער קען, לכאורה, ניט ענדערן: דער אויבערשטער האָט עם אַזוי באַשאַפן אַז ער מוז אָנקומען צו עסן, טרינקען א.ז.וו. – מאַכט ער איבער דעם עסן א.ז.וו. און – שלא בערך: ער עסט צוליב קענען טאָן גוטעס, לערנען תורה, מקיים זיין מצוות – צוליב האָבן כח דינען דעם אויבערשטן. און נאָכמער – מיט דעם עסן אַליין דינט ער השם: דאָס בריינגט עם צו מאַכן אַ ברכה פאַרן עסן, אַ ברכה נאָכדעם א.ז.וו.

ענליך צו דעם – בנוגע חודש האביב: לכאורה קען דער מענטש גאָרנישט טאָן אין דעם וואָרום דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט חוקות (געזעצן אין דער פירונג פון) שמים וארץ און האָט אָנגעזאָגט אַז עוד כל ימי הארץ גו' וקור וחום וקיץ וחורף גו' לא ישבותו (כל זמן די ערד איז דאָ . . וועלן די צייטן פון קעלט און וואַרים און פון זומער און ווינטער . . ניט אויפהערן) – היט אַ איד און קוקט אַרויס צום פרילינג חודש כדי צו מאַכן פסח צו ה' אלקיך: ער פאַרשטייט און נאָכמער, ער דערזעט אין דעם פרילינג, דעם אויבערשטן'ס חוקות און לא ישבותו, און נאָך העכער – אין דעם סאַמע תוקף (שטאַרקייט) פון הנהגה טבעית (די פירונג לויט חוקות שמים וארץ) בחודש האביב – איז הוציאך ה' אלקיך ממצרים (האָט ה' דיין ג-ט דיר ארויסגענומען פון מצרים) – וואָס דאָס איז פון די גרעסטע נסים, סאַמע תוקף פון הנהגה נסית.

אין די אַלע ספערן פון טאָג-טעגלעכן לעבן טרעפט דער מענטש אָן ענינים וועלכע זיינען "מצרים" – אין זין פון מצרים וגבולים (באַגרענצונגען) – וועלכע שטערן און צוימען דעם אידן פון אַנטוויקלען אין דער פולסטער מאָס זיין אמת-אידישע נאַטור, אַלס תורה-איד. די שטערונגען און באַגרענצונגען זיינען סיי אינערלעכע – איינגעבאָרענע זיטן און געוואָרענע געוואוינהייטן; און סיי אויסערלעכע – ווי די השפעות פון דער סביבה. דאַרף אַ איד באַפרייען זיך פון די דאָזיגע קייטן און גיין צום תעבדון את האלקים.

***

אויך דער וואס מאַכט דעם חשבון, אַז זיין גייסטיגער מצב איז גאָר אַ נידעריגער, איז ווי קען מען ערוואַרטן ער זאָל זיך אינגאַנצן איבערשטעלן מעבדות לחירות ומאפילה לאור גדול – איז אויך אין דעם פאַראַן אַ קלאָרע אָנווייזונג פון דעם יום-טוב פסח. וואָרום, ווי געזאָגט, איז יציאת-מצרים געווען מן הקצה אל הקצה: פון דער נידעריגסטער פאַרשקלאַפונג צו די נידעריגסטע געצנדינער, זיינען די אידן ניט נאָר באַפרייט געוואָרן פון פיזישע עבדות (עבודת פרך) און פון גייסטיגע פאַרשקלאַפונג (עבודה-זרה), נאָר זיי האָבן באַלד דערנאָך – שביעי של פסח – געקענט זאָגן און געזאָגט זה א-לי (דאָס, אָט איז מיין ג-ט), באַוויזן, כביכול, מיטן פינגער – און דערנאָך דערגרייכט דעם באַרג סיני, האָבן געהערט "אנכי ה' אלקיך" מפי הגבורה (פון אויבערשטן אַליין) און האָבן באַקומען די גאַנצע תורה, שבכתב ושבעל פה – אַן אויסערגעוויינלעכע איבערשטעלונג מן הקצה אל הקצה.

***

השם יתברך זאָל העלפן, אַז יעדער איינער און איינע, בתוככי כלל ישראל, זאָל אויסנוצן די כוחות וואָס דער באַשעפער האָט געגעבן יעדן פון זיי איבערצוקומען אַלע שוועריקייטן און שטערונגען און אַרויסגיין פון אַלע מצרים און באַגרעניצונגען און דערגרייכן אמת'ע חירות דורך פאַרבינדן זיך מיט'ן אויבערשטן – דורך זיין תורה און דורך זיינע מצות,

כולל די מצוה: להזכיר יציאת מצרים ביום ובלילה,

און פון דער גאולת הפרט – זאָל מען זוכה זיין צו גאולת הכלל, צו דער פאַרווירקלעכונג פון דער נבואה כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.

בברכת חג הפסח כשר ושמח,

מנחם שניאורסאהן


נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים מנהגים וביאורים ח"ב ע' תרלא ואילך. תרגום האגרת בלה"ק נדפסה ב"תורת מנחם – אגרות מלך" ח"ב ע' עו ואילך.

חג הקציר . . חג האסיף משפטים כג, טו ובמפרשים עה"פ.

מושמרת את החוקה בא יג, יו"ד.

זמן חירותינו נוסח התפלה והקידוש דחה"פ. וראה לקו"ש חי"ז ע' 71 ואילך.

קה"ר עה"פ קהלת א, ד.

די אויפגאַבע כו' ראה גם שיחת ש"פ שמיני, מבה"ח אייר שנה זו (שיחות קודש ה'תשל"א ח"ב ע' 92 ואילך).

בכל דרכיך גו' משלי ג, ו.

כל מעשיך כו': אבות פ"ב מי"ב.

הוספה לאחר זמן ראה גם שיחת ש"פ אחו"ק שנה זו (שם ע' 149 ואילך).

אנכי . . מפי הגבורה מכות כד, רע"א.

זכרו . . עשה דברי-הימים א' טז, יב.

למנצח לדוד להזכיר גו' כי אלקים יושיע ציון גו': סיום מזמור סט, והתחלת מזמור ע – שסיימו והתחילו לומר בי"א ניסן השתא – ראה בהנסמן לעיל אגרת ט'תתקצז בשוה"ג.

הלל היא מה"ת: ראה גם אנציק' תלמודית ערך הלל ס"ב (כרך ט ע' שצב ואילך). וש"נ.

דהשיר יהי' לכם: ישעי' ל, כט.

מבואר בכ"מ: ראה גם תו"מ – התוועדויות ח"י ע' 169 ואילך. וש"נ.

די ימים טובים . . פון יאָר ראה סנהדרין יא, ב. ובתוד"ה או שם.

ספּעציעל . . פסח מיט פרילינג ראה ג"כ שמות יג, ד. יו"ד. שם כג, טו (וברמב"ן שם טז). שם לד, יח.

שמור . . אלקיך דברים טז, א. ולרמב"ן (לשרש הא' דסהמ"צ להרמב"ם) ולבעל ההלכות – זוהי מ"ע (לעבר השנים, או – מושמרת את החוקה). וראה רמב"ם הל' קדה"ח רפ"ד.

ראש לרגלים ר"ה ד, א.

דער "קאָפּ" ראה עטרת ראש בתחלתו.

"קאָפּ" פון די ימים טובים להעיר שצ"ל לימוד מיוחד שאין מצה בשבועות וסוכות (ספרי ראה טז, יב. ספרא אמור כג, ו). אוה"ח מצורע (יד, ו) ד"ה וראיתי. תורה תמימה אמור כג, ו.

אָפּשלוס פון פסח . . אַ פאָלק ראה יתרו יט, ד-ו. יבמות מו, סע"א. רמב"ם הל' איסו"ב רפי"ג.

בסוכות הושבתי אמור כג, מג. וראה טאו"ח סתרכ"ה ובב"י שם ד"בניסן מיבעי לה" לעשות סוכות.

האביב דער ערשטער . . בליאונג ראה רש"י שמות כג, טו. ולד שם. אוה"ת להצ"צ משפטים ע' א'קפ ואילך.

מעבדות . . גדול פסחים פ"י מ"ה. נוסח ההגדה.

נידעריגסטער . . קנעכטשאַפט שמות א, יד. ובדחז"ל עה"פ.

טיפע פינצטערניש שהרי מצרים היא ערות הארץ (ויקרא יח, ג ובתו"כ (ובפרש"י) שם. קה"ר עה"פ והארץ לעולם עומדת).

נאָכדעם . . צעפוילט ראה לקו"ת ר"פ בהר.

תורה (מלשון "הוראה") זח"ג נג, ב.

אין טאָג-טעגלעכן לעבן ובפרט שמצוה מן התורה להזכיר יצי"מ בכל יום בבוקר ובלילה (רמב"ם הל' ק"ש פ"א ה"ג. שו"ע אדה"ז ר"ס סז. ועוד).

דינען מיט יעדן פרט ראה טושו"ע או"ח סרל"א: בכל דרכיך דעהו . . כל מעשיך יהיו לשם שמים.

טרינקען א.ז.וו. להעיר ממחז"ל על כל נשימה ונשימה שאדם נושם צריך לקלס לבורא (ב"ר ספי"ד).

עסט צוליב . . מיט דעם עסן אַליין כבטושו"ע שם: לשם שמים, בכל דרכיך דעהו*.

הוספה לאחר זמן:

*) מיט דעם עסן אַליין . . דאָס בריינגט עם צו מאַכן אַ ברכה: היינו שהאכילה נעשה טפל לגבי (העיקר) אמירת הברכה, ע"ד חייב אדם לברך מאה ברכות בכל יום (מנחות מג, ב), החיוב הוא אמירת הברכה, ובתור תוצאה מזה – נהנה מעניני עוה"ז (אכו"ש וכיו"ב).

ומזה הלכה למעשה (מנחות שם, טושו"ע או"ח סי' רצ) אשר בכדי להשלים מאה ברכות בשבת צ"ל אכילת פירות וכיו"ב, שהעיקר בזה הוא אמירת עוד ברכות, אלא בכדי שלא תהי' ברכה לבטלה, צריך לאכול הפרי וכיו"ב, שאכילה כזו – היא טפלה לגבי העיקר – אמירת הברכה. ועפ"ז יומתק ל' הרמב"ם (סוף הל' ברכות): ולעולם כו' וירבה בברכות הצריכות. ועייג"כ שו"ע רבנו הזקן חאו"ח סרמ"ט קו"א סק"ד.

חוקות . . שמים וארץ . . עוד כל ימי ירמי' לג, כה. בראשית ח, כב.

קוקט אַרויס ע"ד פרש"י בראשית לז, יא.

דערזעט אין דעם פרילינג ע"ד הירוש' הובא בתוד"ה אמונת (שבת לא, א): שמאמין בחי העולמים וזורע.

הנהגה טבעית . . נסית ראה שמו"ר (פט"ו, יא): משבחר הקב"ה בעולמו . . וכשבחר ביעקב ובניו כו'. עקדה שער לח בתחלתו.

טאָג-טעגלעכן לעבן . . באַפרייען זיך ראה תניא פמ"ז: כל יום ויום חייב אדם לראות עצמו כו'.

באַפרייען זיך . . תעבדון את האלקים ע"ד מש"נ שמות ג, יב.

עבודה-זרה וכדחז"ל: משכו מעבודה זרה (מכילתא לשמות יב, כא).

זה . . מיטן פינגער רש"י שמות טו, ב. וראה תענית בסופה.

די גאַנצע תורה ברכות ה, א ובכ"מ.

אַרויסגיין . . דורך פאַרבינדן זיך ראה תניא ספמ"ז ועיין בליקוטי לוי יצחק שם.

מצוה . . ובלילה רמב"ם הל' ק"ש פ"א ה"ג*.

*) (הטעם שלעיל בשו"ה אין טאָג-טעגלעכן לעבן מובא המ"מ ברמב"ם ובשו"ע אדה"ז, וכאן רק ברמב"ם – כי) שם במכ' הענין (וראי' ע"ז במ"מ), משא"כ כאן הל' בדיוק במכ', ולמכ' אין שייך ונוגע (ואדרבא) הפרטים שבשו"ע (מה"ת וכו') ולכן הובא הל' דהרמב"ם.

(מענה רבינו – ניסן תשל"א)

להזכיר יציאת מצרים להעיר מדחז"ל: כל זמן שאתם מזכירים אותי מעי הומים עליכם כו', זכרו נפלאותיו אשר עשה כו', בשביל שיהיו מזכירים נפלאותיו, אמר דוד א"כ אני מזכירו למנצח לדוד להזכיר אלקים להצילני (לאחר שאמר דוד למעלה) כי אלקים יושיע ציון ויבנה ערי יהודה וישבו שם וירשוה וזרע עבדיו ינחלוה ואוהבי שמו ישכנו בה (מדרש תהלים ע'. הובא בפרש"י שם)**.

הוספה לאחר זמן:

**) וי"ל שמכאן ראי' נוספת לדברי האומרים שאמירת הלל היא מה"ת (בה"ג במנין המצות. יראים סי' קכה. ר"ש בן גבירול מ"ע טז. סמ"ק סקמ"ו. ר' דניאל הבבלי בס' מעשה נסים לר"א בן הרמב"ם סי' א' שגם נמנה במנין המצות; ולהרמב"ם בסהמ"צ שרש א' שאינה נמנית במנין המצות, אבל היא מה"ת. ובווי העמודים (לס' יראים שם) שכן נראה דעת רש"י ור"ח וא"ח).

כאמרו דנפלאותיו שעושה עמכם בכל עת (לאו דוקא יצי"מ) לא עשה כו' אלא בשביל שיהיו מזכירין נפלאותיו (שבפשטות הו"ע ההילול והשבח להקב"ה).

ואעפ"י שהפסוק הוא בתהלים, ודברי תורה מדברי קבלה לא ילפינן (חגיגה י, ב. ב"ק ב, ב ועוד), וכש"כ שדברי קבלה אינם דברי תורה, הרי זהו רק גילוי מילתא (והטעם) דעשיית הנפלאות, וע"ד ולא ממש המובא בב"ק (שם): והאי מילף הוא (בתמי') גילוי מילתא הוא ובפרש"י שם. וראה ס' יראים שם: עד דלא אתי נביא גמרא גמירי לה ואתי נביא ואסמכי' אקרא (דהשיר יהי' לכם – לשיטתי').

ומעלה יתרה בהראי' מכתוב זה לגבי פסוקי נ"ך המובאים במדרש הגדול (פ' בא י, ב), כי אינו בל' הלכה ודין (שמדברי קבלה לא ילפינן), אלא בסגנון של סיפור דברים וגילוי מילתא בעלמא.

ולהעיר מהכלל דאין למדים מקודם מ"ת (ירוש' חגיגה פ"ג, ה"ח ועוד) ובכ"ז במילתא דמסתברא וכיו"ב למדין (שעפ"ז מבואר בכ"מ הא שלמדין דאין מערבין שמחה בשמחה מהכתוב "מלא שבוע זאת וגו'" (ויצא כט, כז. ירוש' מו"ק פ"א ה"ז). ראה שד"ח כללים א, שכא. וש"נ).

ועוד להעיר שמדרש תהלים מסיים במעשה רב: אמר דוד כו'.

ומה שלא הובא זה במדה"ג הרי כו"כ מדחז"ל שלא הביאום.

גאולת הפרט . . הכלל להעיר מאגה"ק ס"ד (קה, סע"ב ואילך).

כימי . . נפלאות מיכה ז, טו.