ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'קמד

ב"ה, פסח שני, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער

פאַר דעם מוסד חינוך "אהלי תורה"

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די יערלעכע חגיגה קומט פאָר געציילטע טעג נאָך ל"ג בעומר. איינע פון די הויפּט נקודות פון ל"ג בעומר איז וואָס אין דעם טאָג האָט זיך אָפּגעשטעלט די ניט-גוטע פּאַסירונג מיט די תלמידים פון רבי עקיבא. די סיבה וואָס האָט געבראַכט צו דער ניט-גוטער פאַסירונג – ווי ערקלערט באריכות באַ אַן אַנדער געלעגנהייט – איז געווען דאָס וואָס די באַציאונג פון די תלמידים איינער צום צווייטן איז ניט געווען אויף דער נויטיגער הויך, ווי דאָס האָט געדאַרפט זיין באַ אַזעלכע גרויסע תלמידים פון אַזאַ גרויסן תנא.

און וויבאַלד אַז עס האָט געפעלט אין דעם געביט פון בין אדם לחברו, איז אַ סימן אַז עס האָט געפעלט אין דעם חינוך פון בין אדם למקום.

אין די דאָזיגע טעג פון ספירה, וועלכע זיינען אַ הכנה צו קבלת התורה, ווערט אין דער פּאַסירונג מיט די תלמידים פון רבי עקיבא אונטערשטראָכן דאָס וואָס איז קלאָר אָנגעדייטעט אין די עשרת הדברות: ווען קען זיין "כבד את אביך ואת אמך" און אַלע אַנדערע ענינים פון בין אדם לחברו ווי עס באַדאַרף צו זיין – ווען עס איז פריער דאָ די אַנערקענונג און קבלת עול פון "אנכי ה' אלקיך" און "לא יהי' לך אלקים אחרים" אַלס יסוד פון דער הנהגה אין טאָג-טעגלעכן לעבן.

דאָס קומט שולל צו זיין די פאַלשע דיעה פון די וועלכע מיינען, אַז די באַציאונג צווישן מענטש און מענטש, די אַזוי-גערופענע מאָראַל און עטיק, איז ניט אָפּהענגיק פון תורה-חינוך.

דער מוסד חינוך "אהלי תורה" צילט איינצופלאַנצן אין די קינדער אַ חינוך על טהרת הקודש באַגרינדעט אויף שלמות אין אידישקייט, וואו בין אדם למקום און בין אדם לחברו גייען צוזאַמען. אַזאַ חינוך פאַרזיכערט, אַז זיי זאָלן אויסוואַקסן גוטע אידן און גאַנצע אידן אין אַלע הינזיכטן, וועלכע זאָלן זיין אַ לעבעדיגער ביישפּיל פאַר אַנדערע און אַן אונערשעפּלעכער קוואַל פון אידישע נחת, תורה-נחת, פאַר זייערע עלטערן און פאַר כלל ישראל.

דער מוסד פאַרדינט דעריבער די פולסטע שטיצע, און דער זכות פון אויפהאַלטן אַזאַ מוסד חינוך על טהרת הקודש וועט זיכער ביישטיין אַלע שטיצער און מיטאַרבעטער געבענטשט צו ווערן פון אויבערשטן בכל המצטרך, בפרט מיט אמת'ע תורה-נחת פון די אייגענע קינדער, מתוך הרחבה בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה רבה ולבשורות טובות,

מנחם שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 348, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

אין דעם טאָג . . רבי עקיבא מאירי ליבמות סב, ב (בשם הגאונים). טושו"ע (ודאדה"ז) או"ח סתצ"ג ס"ב (ס"ה).

די סיבה יבמות שם.

ווי ערקלערט באריכות ראה גם לעיל חכ"ו אגרת ט'תתצג, ובהנסמן בהערות שם.

ווען קען זיין כו' ראה גם לעיל חכ"ו אגרת ט'תתכו, ובהנסמן בהערות שם. לקמן אגרת י'שלב.

כבד . . אמך יתרו כ, יב.

אנכי . . לא יהי' לך שם, ב-ג.