ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'קנ

ב"ה, ל"ג בעומר, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

צו דער זעכצנטער יערלעכער קאָנווענשאָן

פון נשי ובנות חב"ד

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

די קאָנווענשאָן קומט הייאָר פאָר שבת מברכים חודש סיון, דער חודש פון מתן-תורה. און וויבאַלד אַז אַלץ איז דאָך בהשגחה פרטית, איז כדאי זיך אָפּצושטעלן אויף איינע פון די נקודות פון מתן-תורה וואָס האָט אַ דירעקטע שייכות צו דער קאָנווענשאָן.

תורה מסיני הויבט זיך אָן מיט די עשרת הדברות, וואָס די ערשטע צוויי דיברות: אנכי (כולל אַלע מצוות-עשה) און לא יהי' לך (כולל אַלע מצוות לא-תעשה) זיינען דער יסוד פון אחדות השם. די הקדמה צו מתן-תורה איז געווען די אחדות פון אידישן פאָלק (ויחן שם ישראלכאיש אחד בלב אחד). דער ענין פון מתן תורה איז אַראָפּצוברענגען אחדות השם אין וועלט, דורך דעם וואָס אידן – גוי אחד בארץ – זיינען מקיים די תרי"ג מצוות פון תורה אחת.

לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיג: ווי קען אַזאַ אחדות דערגרייכט ווערן נעמענדיג אין אַכט, אַז דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די מענטשן מיט פאַרשידנאַרטיקע מיינונגען (אין דעותיהם שוות), אין אַ וועלט וואָס איז אויך פּונקט אַזוי פאַרשידנאַרטיק אין קלימאַט און נאַטירלעכע אייגנשאַפטן? ווי קען אַ גאַנץ פאָלק דערגרייכן אַ פולשטענדיגע אחדות צווישן זיך, און אַריינברענגען אחדות אין אַזאַ וועלט?

די דערקלערונג דערפון איז, ווי עס שטייט אין פסוק: ויתיצבו בתחתית ההר – אַז אַלע ששים רבוא אידן "האָבן זיך געשטעלט אונטערן באַרג", דאָס הייסט אַז זיי האָבן זיך פולשטענדיג אונטערגעוואָרפן צו תורה מסיני אין אַן אופן אַז אלע אַנדערע ענינים אין וועלט וואָלטן פּונקט ווי ניט עקזיסטירט, ווייל זיי זיינען אינגאַנצן בטל געוואָרן אין דעם קבלת-עול, צוזאַמען מיט דער גרויסער שמחה, פון קבלת התורה. און וויבאַלד אַז דער "הר" איז באַ אַלעמען גלייך, און אַלע זיינען דורכגעדרונגען מיט דעם זעלבן געפיל פון ביטול און שמחה, האָט דאָס אריינגעבראַכט אַן אמת'ע אחדות אין אַלע ששים רבוא אידן און אַזוי אַרום אויך אחדות פון השם אחד אין וועלט דורך תורה אחת.

דאָס זעלבע איז אין דער אידישער משפחה. כאָטש יעדער מיטגליד פון דער משפחה איז אַן איינהייט פאַר זיך, מיט אַ באַזונדערע אויפגאַבע אין לעבן וכו', איז אָבער ווען אַלע מיטגלידער פון דער משפחה נעמען אויף די תורה אחת פון השם אחד אין אַן אופן אַז – תורה און מצוות איז דער עיקר, און אַלע אַנדערע זאַכן זיינען נאָר אַ בייזאַך צום עיקר און האָבן אַ ווערט נאָר דאַן ווען זיי האָבן אַ שייכות צום עיקר – דאַן איז פאַראַן אמת'ע אחדות אין דער משפחה.

אין אָט דער דאָזיגער אחדות פון דער משפחה – וואָס אידישע משפחות זיינען דאָך די באַשטאַנדטיילן פונם אידישן פאָלק, און במילא דער יסוד פון אחדות פון כלל ישראל – האָט די אידישע פרוי און טאָכטער אַ גאָר וויכטיגע ראָלע, אַלס עקרת הבית, ווי דאָס איז שוין אונטערשטראָכן געוואָרן באַ פריערדיגע געלעגנהייטן.

פאַרשטייט זיך, אַז די דערמאָנטע אחדות מוז זיין אַ תמידית-דיגע, אָן הפסקות; דאָס הייסט, אַז זי דאַרף קומען צום אויסדרוק ניט נאָר אין געוויסע טעג פון יאָר, אָדער אין געוויסע שעות פון טאָג, נאָר אין אַלע טעג פון יאָר און אין אַלע שעות פון טאָג. דאָס הייסט, אַז די אידישע היים דאַרף זיין אינגאַנצן איינגעשטעלט אויף די יסודות פון תורה און מצוות, און אַזוי דורכגעדרונגען מיט דעם גייסט פון קבלת עול און שמחה של מצוה, אַז דאָס זאָל זיך מערקן אויך אין דער הנהגה מחוץ פון דער היים, אין גאַס און אין דער גאַנצער סביבה אַרום.

אין דעם ליגט דער אינהאַלט פון דער "עכט-אייגנאַרטיקייט" און אייניקייט פון דער אידישער משפחה און פון אידישן משפחה לעבן – די הויפּט טעמע פון דער הייאָרדיגער קאָנווענשאָן.

עס איז צו האָפן, אַז די דאָזיגע נקודה וועט אַרויסגעבראַכט ווערן באַ דער קאָנווענשאָן מיט דער געהעריגער קלאָרקייט און שטאַרקייט, און מיט דער כוונה און תכלית דערפון – איר פאַרווירקלעכונג אין טאָג- טעגלעכן לעבן, אין איינקלאַנג מיט דעם פונדאַמענטאַלן פּרינציפּ פון חכמינו ז"ל: מעשה הוא העיקר.

בברכה להצלחה ברוחניות ובגשמיות ולבשורות טובות בכל האמור,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 242 ואילך, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

אנכי . . לך יתרו כ, ב-ג.

אנכי . . מצוות-עשה . . לא יהי' לך . . מצוות לא-תעשה ראה תניא רפ"כ. וראה תו"ש יתרו כרך טז מילואים אות א. וש"נ.

אנכי . . לא יהי' לך . . יסוד פון אחדות השם ראה רמב"ם הל' יסוה"ת בתחילתן. סהמ"צ שלו מ"ע ב'. מל"ת ב'.

די הקדמה . . ויחן . . אחד יתרו יט, ב. מכילתא ופרש"י עה"פ. ויק"ר פ"ט, ט. דא"ז פ' השלום. וראה גם תנחומא באָבער יתרו ט. וראה לקו"ש חכ"א ע' 100 ואילך.

גוי אחד בארץ שמואל-ב ז, כג. ועוד.

לכאורה . . די דערקלערונג כו' ראה גם לקמן אגרת י'קנז.

אין דעותיהם שוות ראה ברכות נח, רע"א. סנהדרין לח, א.

ויתיצבו בתחתית ההר יתרו יט, יז.

עקרת הבית ראה ב"ר פע"א, ב. זח"א קנד, א. אוה"ת נ"ך ח"ב ע' תתעא, ושם ע' תתנח ואילך.

פריערדיגע געלעגנהייטן ראה גם לעיל חכ"ה אגרת ט'תצו.

מעשה הוא העיקר אבות פ"א מי"ז.