ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'קסא

ב"ה, ימי הגבלה, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

צו די באַטייליגטע אין דער יערלעכער אונטערנעמונג פון נ.י. קאָמיטע פאַר דעם סעמינאַר למורות ובתי ספר לנערות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

די טעג פון שלושת ימי הגבלה, וועלכע דינען אַלס צוגרייטונג צו קבלת התורה, ציען זייער אינהאַלט פון דעם אָנזאָג פון השם יתברך צו משה רבינו לך אל העם וקדשתם גו' והגבלת את העם – "גיי צום פאָלק און מאַך זיי הייליג . . און שטעל איין גרענעצן פאַרן פאָלק".

אַזוי ווי די תורה איז אַן אייביגע אין אַלע ענינים און פרטים, ליגט אין דעם ענין פון די שלושת ימי הגבלה אַן אייביגע אָנווייזונג: אַז יעדער איד, מאַן און פרוי, דאַרף שטענדיג געדענקן, אַז השם יתברך זאָגט זיי אָן כסדר: לך אל העם וקדשתם – גיי און העלף יעדן איינעם און איינע פון דעם "גוי קדוש" צו זיין דורכגעדרונגען מיט קדושה און זיין אַ פּאַסנדע "כלי" פאַר קבלת התורה והמצוות אין טאָג-טעגלעכן לעבן טעגליך.

וואָס דעם אויבערשטנ'ס אָנזאָג איז אויך אַ נתינת-כוח דאָס דורכצופירן בפועל, וואָרום מעשה – עיקר.

אויב דאָס איז אַזוי בנוגע צו העלפן אַלע אידן, אפילו דערוואַקסענע, על אחת כמה וכמה בנוגע אידישע קינדער אין די יאָרן ווען עס ווערט אויסגעפורמט זייער גאַנצע פּערזענלעכקייט און עס ווערט געלעגט דער יסוד אויפן גאַנצן לעבן. און בפרט בנוגע אידישע טעכטער, וואָרום די אידישע טאָכטער דאַרף דאָך זיין די עקרת הבית, וואָס פון איר איז אָפּהענגיק אין גאָר אַ גרויסע מאָס די איינשטעלונג און טעגלעכע הנהגה פון דעם גאַנצן הויז און פון דער גאַנצער משפחה.

דערפאַר איז אַזוי העכסט וויכטיג דער ענין פון חינוך הבנות און די מוסדות וועלכע פאַרנעמען זיך דערמיט, ספּעציעל דער סעמינאַר למורות ובתי ספר לנערות אין כפר חב"ד.

איך ווינש אייך גרויס הצלחה אין אייער אונטערנעמונג און טעטיקייטן צו העלפן שאַפן די פינאַנציעלע מיטלען, אַז די דערמאָנטע מוסדות זאָלן ניט נאָר קענען פאָרזעצן זייער חינוך אַרבעט, נאָר זאָלן אויך קענען פאַרשטאַרקן און אויסברייטערן די מעגלעכקייטן צו אויסשולן וואָס מער אידישע טעכטער אין דעם אמת'ן תורה גייסט, צו דערפילן זייער אויפגאַבע אין לעבן.

דער זכות פון דער דאָזיגער אַרבעט זאָל אייך אַלעמען ביישטיין צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, צוזאַמען מיט אייערע בני-בית שיחיו, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות און אַ פריילעכן יום-טוב פון קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.


שלושת ימי הגבלה: ראה לקו"ש חכ"ג ע' א346 בהערה (ד"ה ימי הגבלה). וש"נ.

לך . . העם יתרו יט, י; יב.

תורה איז אַן אייביגע ראה תניא רפי"ז. וראה לקו"ש חכ"ג ע' 33 ואילך. וש"נ.

גוי קדוש יתרו שם, ו.

אָנזאָג . . נתינת כח ראה כתובות סז, רע"א. ע"ז ג, א. תנחומא נשא יא. במדב"ר פי"ב, ג.

מעשה – עיקר אבות פ"א מי"ז.

עקרת הבית ראה ב"ר פע"א, ב. זח"א קנד, א. אוה"ת נ"ך ח"ב ע' תתעא, ושם ע' תתנח ואילך.