ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'קעא

ב"ה, כ"ח סיון, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

מר אברהם גד שי' מאַחעראָווסקי

שלום וברכה!

איך באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בריוו פון י"א סיון, און דאַנק אייך פאַרן אָפּגעבן אַ גרוס פון אייער באַזוך בארצנו הק', בפרט בירושלים און כפר חב"ד וכו'.

דער אויבערשטער זאָל בענטשן ומצליח זיין אַז צוזאַמען מיט אייער פרוי שתחי' זאָלט איר קענען אָנזאָגן גוטע בשורות אין אַלע ענינים, איינגעשלאָסן כמובן אין דער אָנגעלעגנהייט וועגן וועלכע מיר האָבן לעצטנס גערעדט און די פריערדיגע, און דאָס זאָל זיין אין א גוטע שטימונג און מיט פיל הצלחה.

בברכה לבשורות טובות.

נ.ב. בייליגענד אַ קאָפּיע פון אַ בריוו וואָס איך האָף אַז איר און אייער פרוי תחי' וועלן גוט אויסנוצן.


מר אברהם גד מאַחעראָווסקי: אגרות נוספות אליו – לעיל חכ"ו אגרת ט'תשפא, ובהנסמן בהערות שם. לקמן אגרת י'שמז.