ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'קעד

ב"ה, ערב ראש חודש תמוז, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם טעסטימאָניעל דינער

פון ישיבת אחי תמימים אין נואַרק

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך שיק מיין באַגריסונג און אינערלעכע וואונשן צו די חשובע געסט און אָנטיילנעמער אין דער מסיבה, וואָס קומט פאָר ראש חודש תמוז הבע"ל.

דער דאָזיגער חודש האָט אַ ספּעציעלע באַדייטונג פאַר דער ישיבה אחי-תמימים אין נואַרק, ווי פאַר פיל ענלעכע מוסדות חינוך אין פאַרשידענע טיילן פון דער וועלט, וועלכע זיינען געגרינדעט געוואָרן דורך, און אין דעם גייסט פון, כ"ק מו"ח אדמו"ר. וואָרום דאָס איז דער חודש פון זיין באַפרייאונג מיט 44 יאָר צוריק, נאָכדעם ווי ער האָט איינגעשטעלט זיין לעבן מיט זיין מסירת-נפש'דיגע טעטיקייט פאַר תורה און אידישקייט אין אַ פאַרמעסט מיט אַ מעכטיקן רעזשים.

זיין באַפרייאנוג י"ב-י"ג תמוז איז געווען אַ ווענדפּונקט ניט נאָר אין זיין אייגענעם לעבן און שאַפן, נאָר אויך פאַר דעם גאַנצן רוסישן אידנטום, וואס איז דאַן געווען דער רוב מנין ובנין פון אידישן פאָלק און איז געשטאַנען אין געפאַר פון אַרויפגעצוואונגענער אַסימילאַציע און פאַרניכטונג ח"ו, אונטערן דרוק פון אַ קאָלאָסאַלע מאַכט וואָס האָט זיך פאַר קיין זאַך ניט אָפּגעשטעלט אין דורכפירן אירע פּלענער.

זיין נצחון איבער אַזאַ מעכטיקן קעגנער איז אויך געווען ניט נאָר אַ פּערזענלעכער נצחון, נאָר אַ נצחון פאַר כלל ישראל, ווי די קומענדיגע יאָרן האָבן באַוויזן. תורה-אידישקייט און דער גייסט פון נצח ישראל זיינען געבליבן פעסט איינגעוואָרצלט אין יענעם לאַנד, און דאָס רוסישע אידנטום האָט ווייטער געדינט אַלס אַ קוואַל פון תורה און חסידות, וועמענס השפעה פילט זיך עד היום אין ארץ-ישראל און אומעטום, ניט ווייניגער אויך דאָ אין אַמעריקע.

עס איז אָפט אונטערשטראָכן געוואָרן, אַז דער צוועק פון אַן אָנדענקונג אין אידישן לעבן איז ניט סתם צו פאַרצייכענען וויכטיגע געשעענישן אין עבר, נאָר אַז דאָס זאָל דינען אַלס אַן אָפּלערנונג פאַר דעם געגנוואַרט און דער צוקונפט.

אמת, קיינער קען זיך ניט גלייכן צו דעם בעל-הגאולה מיט זיינע אויסערגעוויינלעכע כוחות און מסירת נפש פאַר תורה און אהבת ישראל. מען דאַרף אָבער ניט פאַרגעסן, אַז די אומשטענדן אונטער וועלכע ער האָט געאַרבעט און געקעמפט זיינען גאָר ניט צו פאַרגלייכן מיט די איצטיגע דאָ אין לאַנד. מיר לעבן, ברוך השם, אין אַ לאנד וואָס שעצט די אידעאַלן פון פרייהייט און רעליגיעזע ווערטן; דאָ דאַרף מען ניט איינשטעלן דעם לעבן צו לעבן על פי תורה און אויפהאַלטן תורה-מוסדות. אַלץ וואָס עס פאָדערט זיך איז צו פאַרשטאַרקן דעם אייגענעם פאַרבונד מיט תורה- אידישקייט און צו האָבן דעם פעסטן ווילן אויפצוהאַלטן אידישקייט, אָפּגעבנדיג אויף דעם ניט מער ווי צייט, מי, און געלט.

די היסטאָרישע געשעענישן וועלכע ווערן פאַרצייכנט יב-יג תמוז ווייזן אויך קלאָר, אַז וואו עס איז דאָ דער פעסטער ווילן און פעסטע אַנטשלאָסנקייט צו טאָן אין דעם, דאַן איז די ג-טלעכע ברכה און הצלחה געזיכערט, בפרט אין אַן ענין פון זכות הרבים, דער זכות פון פיל אידישע קינדער, כן ירבו, וועמענס גאַנצע צוקונפט איז אויסגעבונדען מיט דעם תורה-מוסד.

נעמענדיג אין אַכט, אַז די ישיבה וועט זיך אינגיכן אַריינציען אין איר נייע שיינע היים, וויל איך האָפן, אַז אַלע פריינד פון דער ישיבה וועלן נאָך מער פאַרשטאַרקן זייער הילף צו דערמעגלעכן, אַז די ישיבה זאָל ווייטער בליען און וואַקסן און גיין מחיל אל חיל. דערמיט וועט מען אויך אויסברייטערן די צנורות צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


ניט נאָר אַ פּערזענלעכער נצחון: כמ"ש במכתבו לחגיגת י"ב-י"ג תמוז הראשונה (תרפ"ח) – נדפס באג"ק שלו ח"ב ע' פ. וש"נ.

איר נייע שיינע היים ב-226 סאָסעקס עוו., מאָריסטאַון, נ.דזש.

מחיל אל חיל תהלים פד, ח. וראה ברכות בסופה. שו"ע אדה"ז או"ח סקנ"ה ס"א. וש"נ.