ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'קצא

ב"ה, ה' מנ"א, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

לכבוד מר חיים שי' גראַדע

שלום וברכה!

מ'האָט מיר איבערגעגעבן די טעלעפאָנישע ידיעה פון אייער פרוי שתחי' וועגן אייער געזונד און אַז איר געפינט זיך אין שפּיטאָל.

וויל איך אויסדריקן מיין האָפנונג, אַז צו דער צייט פון ערהאַלטן מיין בריוו איז שוין אַריינגעטראָטן אַ בעסערונג אין אייער געזונד צושטאַנד, וואָס וועט ווערן אַלץ בעסער און בעסער ביז איר וועט מיט ג-ט'ס הילף זיך אומקערן אַהיים און קענען פאָרזעצן אייער טעטיקייט אויף אַ נאָרמאַלן אופן, און – לויט דעם נוסח הברכה וואָס איז אָנגענומען און פאַרהייליגט געוואָרן, במשך פון הונדערטער און הונדערטער יאָרן, באַ אידן – לאורך ימים ושנים טובות.

בפרט אַז די "זין און טעכטער" וואַרטן דאָך אויף די פאָרזעצונגען פון דעם מחבר.

איך וויל נאָך צוגעבן דעם וואונש און די ברכה, אַז אַזוי ווי אייער פרוי תחי' האָט איבערגעגעבן דאָס אויבנדערמאָנטע, זאָל זי באַלד אינגיכן קענען איבערגעבן אַ פריילעכע בשורה פון אייער געזונד בעסערונג.

בכבוד ובברכה לבשורות טובות ולרפו"ק.


מר חיים גראַדע: אגרת נוספת אליו – לקמן אגרת י'תנד.