ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'ריא

ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין די דאָזיגע טעג, טעג פון צוגרייטונג צו ראש השנה, איז פון ערשטער וויכטיקייט צו וויסן קלאָר די באַדייטונג פון ראש השנה, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה. מען קען אין דעם פיל לערנען אויך פון די ענינים וועלכע תורה האָט באַשטימט אז זיי זאָלן קומען פאַר ראש השנה, דינען אַלס אַ צוגרייטונג צו ראש השנה,

וואָרום תורה איז תורה אור – אירע הוראות (אָנווייזונגען) בעלייכטן און מאַכן ליכטיג קלאָר דעם אידישן לעבנס וועג אין אַלע פרטים.

***

צווישן די ענינים וועלכע זיינען דירעקט פאַרבונדן מיט ראש השנה און דינען אַלס הכנה צו ראש השנה, איז די שטענדיגע קביעות, אַז פאַר ראש השנה (דעם שבת פאַר ראש השנה) זאָל מען "לייענען" וואָס תורה זאָגט און ווייזט אָן יעדער אידן: אתם נצבים גו' – די סדרה נצבים.

די סדרה הויבט זיך אָן מיט דער דערקלערונג: אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם ראשיכם גו' עד שואב מימיך, לעברך בברית ה' אלקיך גו' – "איר שטייט פעסט, היינט, אַלע צוזאַמען, פאַר ג-ט אייער ג-ט: די הויפּטן . . ביז דעם וואַסער-שעפּער, כדי אַריינצופירן דיר אין דעם בונד מיט ג-ט דיין ג-ט . . .".

לכאורה איז אין דער דערקלערונג פאַראַן אַ סתירה: צוערשט ווערט געזאָגט נצבים . . כולכם (אַלע צוזאַמען, אָן אונטערשייד) און באַלד דערנאָך ווערן אויסגערעכנט די פאַרשידענע סוגים (קאַטעגאָריעס) יעדערער באַזונדער. און בכלל, צו וואָס רעכנט די תורה אויס די פאַרשידענע מדריגות אידן, פון העכסטן ביזן נידעריגסטן, בשעת דער וואָרט כולכם נעמט שוין אַלעמען אַריין?

נאָר – דאָס גופא אַנטהאַלט אַן עיקר'דיקע אָנווייזונג, אַז עס דאַרף זיין ביידע זאַכן צוזאַמען: (א) כולכם – וואָס מיינט לאחדים כאחד, אַלע ווי איינער, און (ב) צוגלייך האָט אָבער יעדער איינער און איינע זייער באַזונדערע אויפגאַבע און שליחות, איטלעכער לויט זיין מעמד ומצב.

דאָס ערוועקט אָבער די פראַגע: וויבאַלד אַז ס'איז נויטיג אַ פאַנאַנ- דערטיילונג און גאָר אַן עקסטרעמע: פון "ראשיכם" ביז "שואב מימך" – ווי ווערט דערגרייכט – און צו דער זעלבער צייט – אַ פאַראייניקונג און פאַראיינציקונג, און ביז אַז עס ווערט כולכם – כאחד?

איז דער ענטפער: אתם נצבים היום כולכםלפני ה' אלקיכם, "נצבים" איז מער ווי "עומדים", און מיינט אַ פעסטע שטעלונג, מיט אַ טיפן באַוואוסטזיין, אַז מען שטייט פאַר דעם אויבערשטן וואָס ער איז אלקיכם – אייער קראַפט און אייער גאַנצער וועזן, וואָס אין דעם זיינען אַלע אידן גלייך און דאָס מאַכט זיי אַלעמען – איינס, כולכם כאחד.

וועט מען דאָס פאַרשטיין דורך אַ פשוט'ן פאַרגלייך: ווען אַ גרופּע מענטשן פאַראייניגען זיך צו שאַפן אַ געוויסע געזעלשאַפט, צי דאָס איז אַ פינאַנציעלע אונטערנעמונג, אָדער אַ וויסענשאַפטלעכע, אָדער אַן אַנדער צוועק, ווערן די מיטגלידער פאַראייניגט אויף אַ געוויסע צייט און פאַר אַ געוויסן צוועק, וואָס פאָדערט פון יעדערן פון זיי אַ בייטראָג פון זיינע געלט און מי, אָדער פון זיינע ידיעות אין וויסענשאַפט אד"ג. אין אַלע זיינע אַנדערע אייגענשאַפטן איז יעדער מיטגליד אַ "וועלט" פאַר זיך.

אָבער בשעת די פאַראייניגונג פון אידן איז, ווי די תורה פאָדערט, לפני ה' אלקיכם, ווי אויבן געזאָגט, און מיט דעם צוועק פון לעברך בברית ה' אלקיך ובאלתו, אשר ה' אלקיך כורת עמך היום – "אַריינצופירן דיר אין דעם ברית און שבועה וואָס דער אויבערשטער, דיין ג-ט, שליסט מיט דיר היינט", וואָס דער ברית נעמט אַרום דעם גאַנצן מענטשן, מיט אַלע זיינע כחות (דער כולכם פון יעדען יחיד פאַר זיך) – איז דאָס אַן אייביגע און פולשטענדיגע פאַראייניקונג פון כולכם כאחד (און דער כולכם – מיט ה' אלקיך).

און תורה ערקלערט ווייטער אין דעם: דער כולכם איז איינגעטיילט אין ראשיכם . . עד שואב מימיך און יעדערער פון זיי אין זיין באַזונדערער אייגענשאַפט (און זיינע ספּעציעלע פעולות) ווערט אַריינגעפירט אין דעם ברית מיט דעם אויבערשטן. יעדער איינצעלנע פעולה פון איינעם פון ראשיכם אַלס ראש, אדער פון שואב מימיך אַלס אַזעלכער – אַ פעולה לויט די אָנווייזונגען פון ה' אלקיך (אין זיין תורה) – איז אַן אויסדרוק פון דעם טאָטאַלען ברית פון כולכם – מיט ה' אלקיך. יעדער איינער האָט זיין ספּעציעלע ג-טלעכע שליחות לויט זיין מעמד ומצב. און אויף דעם אופן – בשעת יעדער איינער דערפילט זיין שליחות – ווערט דערפילט די פאַראייניקונג פון כלל ישראל, כולכם – כאחד.

***

דאָס ברענגט אונז צו אַ נקודה וואָס מוז ווידעראַמאָל אונטער- שטראָכן ווערן אַלס דבר בעתו, און דאָס איז בנוגע די וועלכע זיינען אין דער בחינה פון "ראשיכם (ל)שבטיכם" – גייסטיגע פירער אין זייערע קהילות, אָדער בעלי השפעה אין זייערע קרייזן, ביז צו יעדן איינעם אַלס ראש פון זיין פאַמיליע.

עס איז זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז די ערשטע פליכט און אויפגאַבע פון גייסטיגע פירער, בפרט אין דער צייט פון ימים נוראים, די טעג פון התעוררות און חשבון הנפש, איז צו פאַרשטאַרקן אַלע ענינים פון תורה און מצוות צווישן זייערע מושפעים, במעשה בפועל, אין טאָג-טעגלעכן לעבן, און באַ די וועלכע זיינען צוליב פאַרשידענע סיבות דערווייטערט, לעת עתה, פון אידישקייט – אַרויסרופן באַ זיי אַ געפיל פון תשובה, אומצוקערן זיך צו זייער מקור און אָנהויבן לעבן אַלס גאַנצע אידן מיט אַ גאַנצער אידישקייט אַ גאַנץ יאָר.

ליידער ווערט אַמאָל פאַרלאָרן די דאָזיגע בעסטע געלעגנהייט פון יאָר – דורך רעדעס און רעפעראַטן אויף וועלט-פּראָבלעמן און טעמעס, וואָס ווי וויכטיג זיי זאָלן ניט זיין, זיינען זיי אָבער לגמרי ניט אונטערן קאָנטראָל פון די רעדנער אָדער צוהערער, זיי קענען גאָר ניט טאָן צו לייזען זיי. עס איז העכסט באַדויערנסווערט און מצער, ווען אַנשטאָט צו אויסנוצן די מאָמענטן פון גייסטיגער אידישער התעוררות צו שטאַרקן און מעודד זיין אידן אַז זיי שטייען אין אַן אייביגען טאָטאַלען ברית מיט ה' אלקיך און ער אַליין האָט זיי געגעבן – יעדערן פון זיי באַזונדער, פון ראשיכם ביז שואב מימיך – אַ שליחות און מבאר זיין די פליכטן פון יעדן אידן אין טאָג-טעגלעכן לעבן – ווערט די צייט און די אויפמערק- זאַמקייט אָפּגעגעבן אויף אַן אַלוועלטלעכער פּראָבלעם, אויף מלוכה פּאָליטיק אָדער בכלל אויף ענינים וואָס באַלאַנגען לגמרי ניט צו דעם אָרט און צו דער צייט.

***

און אויב אימיצער וועט טענה'ן, אַז אין די איצטיגע צייטן און אומשטענדן איז שווער פאַר אַ אידן אָפּצוהיטן אַ גאַנצע אידישקייט אָן פשרות, אַ גאַנצן יאָר און מיט זיין גאַנצן וועזן,

זאָגט תורה: אתם נצבים היום גו' – איר שטייט פעסט היינט א.ז.וו. – ניט אין אַ לשון פון אַ ציווי (באַפעל), אָדער – הבטחה אויף דער צוקונפט, נאָר אַלס – אַ פאַקט. אידן דאַרפן וויסן, אַז זיי שטייען פעסט פאַר ג-ט, וואָס ער איז זייער חיות און כח. עס איז נאָר נויטיג, אַז יעדער איינער און איינע זאָל עס אַרויסברענגען מן ההעלם אל הגילוי (אַנטפּלעקן דאָס פאַרבאָרגענע אין אים) ומן הכח אל הפועל (דורכצופירן בפועל וואָס ער האָט בכח).

און מיט אָט דער פאַרזיכערונג פון "נצבים" קומען אידן – יעדער איד און אַלע אידן אָן אויסנאַם, פון ראשיכם ביז שואב מימיך – צו דער הכתרה (קרוינען, כביכול) פון דעם אויבערשטן אין די טעג פון ראש השנה, ומלכותו ברצון קבלו עליהם – אידן זיינען מקבל מלכותו מיטן גאַנצן האַרצן און מיט דער גרעסטער באַגייסטערונג, און פּראָקלאַמירן דעם אויבערשטן אַלס מלך ישראל וגואלו – דער קעניג פון אידן און זייער אויסלייזער און מלך על כל הארץ – קעניג איבער דער גאַנצער וועלט.

***

ויהי רצון אַז יעדער איד – מאַן, פרוי און קינד – זאָל אין די קומענדיגע טעג דורכגעדרונגען ווערן מיט דעם גייסט פון ראש השנה און אָנהויבן דעם נייעם יאָר אין אַן אופן פון נצבים, פעסטקייט און זיכערקייט דורכצופירן די ג-טלעכע שליחות וואָס דער אויבערשטער גיט יעדן אידן לויט זיין מעמד ומצב,

דורכפירן איר אין די טעג פון ראש השנה, נאָך ראש השנה און אין אַלע טעג פונם יאָר – היום, יעדער טאָג,

און דער אויבערשטער וועט זיכער מקיים זיין זיין הבטחה, ווי עס שטייט גלייך נאָכדעם: למען הקים אותך היום לו לעם – "צו דערהויבן דיר היינט (יעדער טאָג) פאַר זיין פאָלק",

און אויך לויט דעם פירוש פון חכמינו ז"ל, היום – אַזוי ווי דער טאָג וואָס איז פריער טונקל און דערנאָך ווערט ער ליכטיג, אַזוי וועט באַ יעדן אידן בפרט, און באַ כלל ישראל, ווערן באמת ליכטיג,

ביז אַז עס וועט מקויים ווערן די הבטחה: עתיד להאיר לכם אור עולם – ליכטיג אַלעמאָל, אויף אייביג, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

און לויט דער תפלה פון דוד, נעים זמירות ישראל: אלקים להצילני הוי' לעזרתי חושה – במהרה בימינו ממש.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,

מנחם שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 462 ואילך. תרגום האגרת בלה"ק נדפסה ב"תורת מנחם – אגרות מלך" ח"א ע' עה ואילך.

המשך להאגרת – ראה גם לקמן אגרת י'רלג.

לעברך . . כדי אַריינצופירן כו' על השאלה אם הפי' ב"לעברך" הוא כפרש"י – ענה כ"ק אדמו"ר:

אדמו"ר הזקן בלקו"ת (מד, ב): עשה לנו ה"א כו'. וראה תרגום אונקלוס.

וי"ל דהא דבקיצור לד"ה אתם נצבים ס"ב הל': והיינו כדי כו' – מרמז לפי' הרמב"ן שגם הוא מפרש כן.

דבקיצור . . ס"ב: מה, ב.

לפי' הרמב"ן: בתחילת פירושו בריש פרשתנו: שאתם עומדים ומזומנים לפני השם כדי לעמוד בבריתו וכו'.

במענה להשאלה: אם זה מש"כ בסוף הקטע איז דער ענטפער, "וואָס אין דעם זיינען אַלע אידן גלייך און דאָס מאַכט זיי אַלעמען – איינס", הוא כולכם כאחד – מלמעלמ"ט, ומש"כ בהקטע און תורה ערקלערט "יעדער איינער האָט זיין . . לויט זיין מעמד ומצב", הוא כולכם כאחד – מלמטלמ"ע, ענה כ"ק אדמו"ר:

מצד הבריאה דחלק ממש – חפץ חסד (– מלמעלמ"ט) ואח"כ מצד העבודה (– מלמטלמ"ע).

בכל דרכיך גו' משלי ג, ו.

כל מעשיך כו': אבות פ"ב מי"ב.

במכתב . . ה'תשכ"ג לעיל חכ"ב אגרת ח'תרעט.

ראשיכם (ל)שבטיכם ראה גם אגרת שלאח"ז.

מלך ישראל וגואלו תפלת מוסף דר"ה (ברכת מלכיות), מישעי' מד, ו.

מלך על כל הארץ נוסח תפלת העמידה דר"ה (חתימת ברכת "אלקינו כו' מלוך כו'"), וכן בקידוש ובברכת ההפטורה.

שנאמר ישעי' ס, יט.

הוי' אורי: תהלים כז, א.

נעים זמירות ישראל שמואל-ב כג, א.

תהלים ע' הקאַפּיטל שהתחילו לומר בי"א ניסן השתא – ראה בהנסמן לעיל אגרת ט'תתקצז בשוה"ג.

להעיר כו' וראה גם לעיל אגרת י'קפז הערה ד"ה חושה.

טעג פון צוגרייטונג דבהתחלתם אומרים: במוצאי מנוחה . . זוחלים ורועדים מיום בואך (ר"ה). וביותר עפמש"כ בעטז"ק (לשו"ע או"ח רסתקפ"א) שהם ימי ביקור עצמו (דוגמת קרבן) דר"ה (וכדי שיהי' לעולם יום קבוע – מקדימים ליום א. לבוש שם).

תורה אור . . אַלע פרטים ראה דרז"ל למשלי ו, כג. זח"ג (נג, ב): איקרי תורה בגין דאורי וגלי במאי דהוי סתים. ומשנה ברורה: הפך בה דכלא בה* ובה תחזי (אבות ספ"ה ובפיה"מ שם).

*) כמו שבמכ' לא קאי בדיוק הכפל הפך כו' הפך ולכן לא הועתקה התחלת הענין כן לא הועתקה התחלת התיבה השייכת להכפל.

(ממענה כ"ק אדמו"ר)

פאַר ראש השנה . . נצבים טושו"ע או"ח סתכ"ח.

אַ סתירה ראה ג"כ אור החיים כאן.

עיקר'דיקע אָנווייזונג עיין בכ"ז לקו"ת ר"פ נצבים.

ביידע זאַכן צוזאַמען להעיר מדוגמתו בבריאת העולם – ע"פ משנ"ת בליקוטי לוי יצחק – לתניא פכ"א.

נצבים . . "עומדים" ראה אור התורה להצ"צ עה"פ ע' א'רא ואילך.

אלקיכם . . וועזן ראה טושו"ע או"ח ס"ה.

יעדער . . אַ "וועלט" פאַר זיך סנה' לז, א. לח, א.

כולכם פון יעדן ראה אור תורה להה"מ פ' תרומה: שכולו נקרא איש כו' (נת' באוה"ת להצ"צ שם ע' א'רז). ובפס"ד בטושו"ע (או"ח סרל"א): בכל דרכיך דעהו כו' כל מעשיך יהיו לשם שמים. יתרה מזה ברמב"ם הל' דעות רפ"ה: כשם שהחכם ניכר בחכמתו . . כך צריך כו'.

יעדערער . . באַזונדערער אייגענשאַפט לקו"ת שם. טעמי המצות להאריז"ל ונת' בסהמ"צ להצ"צ מצות אהבת ישראל.

ווידעראַמאָל אונטערשטראָכן בארוכה במכתב לימי הסליחות ה'תשכ"ג (לקו"ש כרך ד' ע' 1356).

ראשיכם (ל)שבטיכם רש"י עה"פ וכ"מ בירושלמי סוף הוריות. אבל ראה תיב"ע עה"פ. זח"ב (פב, א). לקו"ת שם.

קהילות . . קרייזן . . פאַמיליע ראה שבת נד, סע"ב.

טעג פון התעוררות . . תשובה כו' ראה דרך חיים שער התשובה פ"כ ובתחלתו.

הכתרה . . ראש השנה שלכן בכל תפלות ר"ה (גם בערבית) הבקשה מלוך על העולם כו'. בארוכה במכ' הנ"ל.

ומלכותו ברצון . . באַגייסטערונג ראה ד"ה מן המיצר תר"ס. יו"ט שר"ה תש"ג [פ"ב].

מלך ישראל ועי"ז ואח"כ מלך על כל הארץ (ראה המשך וככה [תרל"ז] פפ"א-פב. חייב אדם לברך [תרל"ח] פ"ט, פי"ג).

זיין הבטחה . . ליכטיג וידוע תורת הבעש"ט: אתם נצבים היום . . ראש השנה . . נצבים קיימים ועומדים והיינו שזוכים בדין ("היום יום" – כ"ה אלול).

חכמינו ז"ל . . אור עולם תנחומא בפרשתנו.

אור עולם ומסיים בתנחומא שנאמר והי' לך הוי' לאור עולם. ויל"פ שאור עולם זה יהי' ע"ד: הוי' אורי.

נעים זמירות ישראל מנעים זמירותיהם של ישראל (שהש"ר ד, ד).

אלקים . . חושה תהלים ע, ב.

הוי' לעזרתי חושה להעיר מהבטחת הוי' (ישעי' ס, כב) אני ה' בעתה אחישנה.