ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'רלג

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

קומענדיג פון די טעג פון ראש השנה, ווען אַלע אידן ווי איינער האָבן אויפגענומען אויף זיך מלכותו יתברך ברצון, און אין אַן אָפענעם אופן אין טאָג-טעגלעכן לעבן, אין איינקלאַנג מיט דער בקשה "גלה כבוד מלכותך עלינו" –

וואָס, ווי געשריבן אין פריערדיגן בריוו, איז אין דעם דאָ ביידע זאַכן (א) אתם נצבים היום כולכם – אַז אַלע אידן שטייען פעסט און צוזאַמען אין דעם טאָג פון ראש השנה, כולכם כאחד, און גלייכצייטיג (ב) אין אַ פאַנאַנדערטיילונג פון "ראשיכם" ביז "שואב מימיך", און ווי דערקלערט אין דעם פריערדיגען בריוו בפרטיות, אַז ביידע זאַכן זיינען פאַרבונדן און אָפּהענגיג איינע פון דער צווייטער, וואָס דאַמאָלסט איז דאָס אַ קומה שלימה וואָס ענטהאַלט אַלע טיילן בשלימות, פון דעם "קאָפּ" ביז דער "פּיאַטע" –

וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן אויף נאָך אַ נקודה, וואָס דער אַלטער רבי ברענגט אַרויס, אַרומריידנדיג דעם דערמאָנטן ענין, און דאָס איז, אַז אין געוויסע הינזיכטן שפּילט די "פּיאַטע" די ראָלע פון אַ "קאָפּ", און דער קאָפּ גייט איר נאָך – ווי מ'זעט דאָס אויך אין גשמיות, אַז כאָטש דער קאָפּ פירט אָן מיט דעם גאַנצן קערפּער, האָבן די פיס און די פּיאַטעס אַ מעלה וואָס זיי מאַכען דעם גאַנצן קערפּער צוזאַמען מיטן קאָפּ גיין פון איין אָרט צום צווייטן.

דאַרף מען פאַרשטיין ווי אַזוי אויך אין נמשל (אין רוחניות) קען זיין, אַז דער "שואב מימיך" זאָל זיך דערהויבן צו דער מדריגה פון "ראש" און ווערן אַ מוסטער פאַר די "ראשיכם", אַז אויך זיי זאָלן באַווירקט ווערן פון "שואב מימיך". אין רוחניות מיינט דאָך "ראשיכם" שכל, הבנה והעמקה, בשעת "שואב מימיך" באַציט זיך אויף דעם וועמענס צוגאַנג צו רוחניות (קיום המצוות) איז אָפט ניט מער ווי אַ מעכאַנישער, ווי דאָס איז אין דעם משל פון אַ "שואב מים", וואָס אין דעם פאָדערט זיך ניט קיין אַריינטראַכטונג און ספּעציעלער פאַרשטאַנד וכו', נאָר טאָן די זאַך באמונה. איז ווי אַזוי איז מעגלעך, אז דער "שואב מימיך" זאָל גאָר זיין דער "ראש" און די "ראשיכם" זאָלן אים נאָכגיין?

נאָכמער: אין דער קאַטעגאָריע פון "שואב מימיך", אין דעם לעצטן סוג אידן – זיינען דאָך אויך פאַראַן חילוקים, ביז אַז זי נעמט אַריין אויך די וואָס, ווי אַ וואַסער טרעגער אין פשוט'ן זין – ער איז געבאָרן געוואָרן מיט די איינפאַכסטע כשרונות אָן קיין פעאיגייט צו אַ שכל'דיגע באַשעפטיגונג און אויסגעוואָקסן אין אָרימקייט, ניט האָבענדיק קיין מעגליכקייט צו לערנען איז ער געוואָרן אַ שואב מימיך,

אָבער וויבאַלד אַז זיין אַבסאָליוטע עם-הארצות און פשוט'קייט איז לגמרי ניט זיין שולד, אנוס הוא – ווערט אויך ער איינגעשלאָסן און פאַראיינציקט מיט כולכם.

אָבער ווי אַזוי קען אויך דער סוג זיך דערהויבן צו דער מדריגה פון "ראש" ווי אויבנדערמאָנט?

***

דאָס ברענגט צו נאָך אַ פראַגע: וויבאַלד דער אויבערשטער אַליין האָט אָנגעוויזן און אויפגעפאָדערט יעדן אידן ווי אַזוי ער זאָל זיך פירן אין טאָג-טעגלעכן לעבן, איז ווי איז בכלל מעגלעך אַז עס זאָל זיין אַ מצב וואו אַ איד זאָל ניט האָבן די מעגלעכקייט אויפצופירן זיך אין אַלע פרטים לויטן רצון פון דעם אויבערשטן – דעם בעל-הבית פון דער גאַנצער וועלט? און דאָך, ווי מיר ווייסן און זעהן, איז פאַראַן אַזאַ מצב, וואו אידן, אפילו ביים בעסטן ווילן, און אפילו מיט מסירת-נפש, זיינען באמת ניט אַמשטאַנד צו מקיים זיין דעם רצון פון השי"ת אין אַלע פרטים, צוליב זייטיקע אומשטענדן איבער וועלכע זיי האָבן קיין שליטה ניט. און ווי דער משל אין דעם אַז מסירת-נפש העלפט אַראָפּצושפּרינגען פון אַ דאַך, פון אויבן אַראָפּ, אָבער עס העלפט ניט אַרויפצושפּרינגען פון דער ערד אויפן דאַך.

***

איז דער ענטפער אויף די אויבנבאַרירטע פראַגען – אין קורצן, על כל פנים:

אמת טאַקע, המעשה – עיקר, דער עיקר איז דער טאָן בפועל, אָבער פון דער אַנדער זייט איז אויך פון דער העכסטער וויכטיקייט געפיל און כוונה. איז בשעת עס איז אַמאָל אַ מצב, ווען עס איז אוממעגלעך פאַר אַ אידן, אפילו מיט מסירת-נפש, מקיים צו זיין אַן אָנזאָג פון דעם אויבערשטן במעשה בפועל, ברענגט עס אַרויס באַ דעם אידן אַ ווייטאָג און צער פאַרוואָס ער קען ניט מקיים זיין די באַשטימטע מצוה – אַן אמת'דיגער און טיפער צער וואָס נעמט דורך דעם מענטשן דורך און דורך, ביז עס רירט אָן זיין עצם הנשמה. און דאָס ברענגט אים צו אַ טיפער פאַרבינדונג מיט דעם אויבערשטן און מיט תורה ומצוות און אידישקייט בכלל, וואָס אָן דער צער'דיגער איבערלעבונג וואָלט ער דערצו ניט צוגעקומען. אין אַזאַ פאַל, איז ניט נאָר וואָס ער באַקומט ניט קיין עונש ח"ו פאַר ניט מקיים זיין די מצוה בפועל, וואָרום ער איז דאָך אַן אנוס, נאָר פאַרקערט, ער באַקומט אַ שכר פאַר דעם וואָס ער האָט באמת געוואָלט מקיים זיין די מצוה, און וואָס ס'איז נאָך וויכטיגער: דורך דער טיפער איבערלעבונג באַקומט פון איצט אָן און ווייטער זיין נשמה-לעבן אַ טיפקייט און שלימות צו וועלכע (קען זיין) ער קען אַנדערש ניט צוקומען.

נאָכמער: אויך אין באַצוג צו מעשה בפועל זעט מען, אַז ווען דער אויבערשטער העלפט דערנאָך און נעמט אים אַרויס פון יענעם מצב און שטעלט אים אַוועק אין אַ סדר חיים, אַז ער זאָל קענען מקיים זיין אויך די מצוה, אָדער מצוות, וואָס ער האָט ניט געקענט מקיים זיין אין דעם פריערדיקן מצב, איז ער איצט מקיים די מצוות מיט אַ טיפקייט און ליכטיקייט און האַרציקייט, וואָס ביז דאַן האָט ער דאָס ניט געהאַט.

אזוי אַרום ווערט דער "שואב מימיך" אַ "ראש" אין קיום המצוות אויפן שלימות'דיגסטן אופן, מיטן גאַנצן האַרצן און געפיל, און די וועלכע זיינען ניט דורכגעגאַנגען דעם לייטערונגס-פּראָצעס פון "כור הברזל", קענען זיך פון אים לערנען און באַגייסטערט ווערן, און נאָכגיין אים.

***

דערביי מוז אָבער באַוואָרנט ווערן אַ גאָר וויכטיגער פּונקט:

דער יצר-הרע איז אַן אומן במלאכתו, אַ גרויסער ספּעציאַליסט, בפרט אַז ער מישט אַריין דעם גרעסטן סאָרט שוחד – אהבת עצמו. און איינער פון זיינע מיטלען איז איינצושמועסן אַ מענטשן ניט צו טאָן אַ מצוה מיטן אויסרייד אַז ער איז אין דעם אַן "אנוס", און ער געפינט אויף דעם פאַרשידענע ערקלערונגען און "באַווייזן", און לאָזט ניט רוען און טומלט אין דעם אָן אויפהער.

איז וויבאַלד אז "אדם קרוב אצל עצמו" און עס איז אים זייער שווער זיין אָביעקטיוו אין אַן ענין וואָס איז אים אַליין נוגע, דאַרף ער וויסן, אַז דאָס וואָס עס דאַכט זיך אים אַז ער איז אַן אנוס, איז נאָך גאָר קיין ראי' ניט אַז דאָס איז באמת אַזוי. דעריבער, כדי אויפצוקלערן דעם מצב, מוז ער זיך ווענדן צו איינעם וואָס איז ניט משוחד אין דעם, אויך ניט משוחד דורך וועלן נושא-חן זיין באַ אַ צווייטן, נאָר דוקא צו איינעם וואָס שטייט אינגאַנצן אין דער השקפה פון תורת אמת, וואָס אמת מיינט – אָן פשרות, און נאָר ער קען אים באַלייכטן די לאַגע און אויפקלערן, צי דאָס איז טאַקע אַ פאַל פון אונס, אָדער – די איינריי- דענישן פון דעם זקן וכסיל, דער יצר-הרע.

***

דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז שטייענדיג אין די טעג וואָס התשובה יפה ביותר ומתקבלת היא מיד – אַ גאָר גינסטיגע צייט פאַר תשובה, וואָס ווערט באַלד אָנגענומען, זאָל מען אויסנוצן די צייט ווי דער אויבערשטער בעט און זאָגט אָן אידן: דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב – זוכט דעם אויבערשטן ווען ער געפינט זיך, רופט (ציט זיך) צו אים ווען ער איז נאָענט; און אַז דער ענין התשובה – דאָס אומקערן זיך פון יעדן איינעם און איינע צו זיין אמת'ן "איך", וואָס יעדער איד, מאַן און פרוי, איז אַ חלק אלק' ממעל ממש – זאָל זיך אויסדריקן אין אַלע פרטים פון טאָג-טעגלעכן לעבן, במחשבה דיבור ומעשה, אין דער שלימות'דיגער מאָס, ווי אויבן געשריבן.

און דער אויבערשטער זאָל געבן, און וועט געבן, יעדן איינעם און איינע די פולסטע מעגלעכקייט, אַז אין אַ געזונטן אופן און אין אַ פריילעכן אופן זאָל מען לערנען תורה און מקיים זיין די מצוות – כמצות רצונך – אין דעם פולן זין.

בברכה לכל אחד ואחת בתוככי כלל ישראל לחתימה וגמר חתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד.

מנחם שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 467 ואילך. תרגום האגרת בלה"ק נדפסה ב"תורת מנחם – אגרות מלך" ח"א ע' פא ואילך.

פריערדיגן . . ה'תשל"א דלעיל אגרת י'ריא.

אתם . . מימיך נצבים כט, ט-י.

אתם נצבים היום . . ראש השנה ד"היום" קאי על ר"ה – רמ"ז לזח"ב לב, ב (הובא בלקו"ת תבוא מא, ג). וראה גם זח"ג רלא, א. פענח רזא ס"פ נצבים. לקו"ת ר"פ נצבים. "היום יום" כ"ה אלול. כתר שם טוב (הוצאת תשנ"ט) בהוספות סמ"א. וש"נ.

אנוס הוא ראה ב"ק כח, סע"ב. וש"נ.

לפי פרש"י כו' ראה גם לקו"ש חי"ד ע' 114 ואילך.

סורם . . רע: ראה ב"מ נט, סע"ב. מס' גרים פ"ד ה"א. פרש"י ויל"ש עה"פ משפטים כג, ט (ריש רמז שמט).

איז דער ענטפער כו' ראה גם ד"ה וידבר אלקים גו' – ש"פ יתרו ה'תשכ"ד.

המעשה – עיקר אבות פ"א מי"ז.

ממאמר אדמו"ר האמצעי מאמרי אדהאמ"צ – קונטרסים ע' רסג ואילך.

"כור הברזל" ראה ואתחנן ד, ב. מלכים-א ח, נא. ירמי' יא, ד. ובפרש"י ורד"ק עה"פ מלכים וירמי' שם. פרש"י עה"פ משלי יז, ג.

יצר-הרע . . אומן במלאכתו ראה שבת קה, ב. וראה סה"מ תרפ"ט ע' 124. ובכ"מ.

אדם קרוב אצל עצמו סנהדרין ט, סע"ב. וש"נ.

שנאמר ישעי' נה, ו.

ובכו"כ כת"י כו': ראה גם לקו"ש חל"ד ע' 200 ואילך. וש"נ.

בין כסה לעשור י"ל שכל ימים אלה הם – בכמה דברים – ענין אחד ממש (נקודה אחת). ולכן מזכירים נשמות (רק) ביוהכ"פ, משא"כ בחה"פ וחה"ש, אף שגם הם המשך וענין אחד (ראה תנחומא ס"פ פנחס). וגם יוהכ"פ נק' ר"ה (יחזקאל מ, א. תוד"ה ואת (נדרים כג, ב). ובירוש' (ר"ה בתחלתה) פליג אפשטי' דקרא אבל לא על הענין. ועיין לקו"ת ר"ה (נח, א. סד, א)). ועבדים יוצאין לחירות – בשנת היובל – בר"ה ויוהכ"פ (ראה ר"ה ח, ב). וראה ג"כ זח"ג (ק, ב). ואכ"מ.

פריערדיגען בריוו דימי הסליחות, ה'תשל"א.

צוזאַמען . . פאַנאַנדערטיילונג ראה תניא פ' לב ובהערות לתניא בלקוטי לוי יצחק שם.

אַלטער רבי ברענגט לקו"ת ר"פ נצבים.

גיין . . צווייטן בלקו"ת שם: יתרון ומעלה להרגלים שצריך להלך בהם. וי"ל שהכוונה לאמיתית ענין ההליכה שהיא בלי גבול (ד"ה אם בחוקותי, ש"ת [סה"מ ה'ש"ת ע' 92]. ובכ"מ).

ניט זיין שולד וע"ד לפי פרש"י (מתנחומא) עה"פ שזהו כנענים שנתגיירו – הרי סורם (טבעם) רע (ככנענים) בתולדתם. ומש"כ ברא"ם וכו' שלא קבלם משה – צע"ג שהרי מפורש שהכניסם בברית גו'.

דעם בעל-הבית כו' להעיר מדבר המרגלים שאמרו אין בעה"ב יכול להוציא כו' (סוטה לה, א).

עצם הנשמה . . צו מעשה בפועל להעיר מקונטרס העבודה פ"ה.

ער האָט באמת געוואָלט קדושין מ, א.

פון . . ווייטער ע"ד מש"כ בתניא פ"ז בנוגע לבעל תשובה: כי עד הנה הייתה כו'.

טיפקייט און שלימות להעיר ממאמר אדמו"ר האמצעי "להבין ענין לקיחת אנשי חיל".

זקן וכסיל, דער יצר-הרע זח"א ר"פ וישב.

יפה ביותר ומתקבלת היא מיד רמב"ם הל' תשובה פ"ב ה"ו. ומסיים שנאמר דרשו ה' בהמצאו. ובכו"כ כת"י הרמב"ם מובא גם סיום הכתוב: קראוהו בהיותו קרוב. ועפ"ז תובן ראייתו במילואה: יפה ביותר – ממש"נ בהמצאו, מתקבלת מיד – ממש"נ בהיותו קרוב.

בעט און זאָגט אָן שזהו גם נתינת כח – שהרי הקב"ה עוזרו לקיים המצווה עליו.

צו זיין אמת'ן "איך" ראה רמב"ם הל' גירושין ספ"ב. להעיר מלקו"ת ר"פ האזינו.

חלק . . ממש תניא רפ"ב. ולהעיר מהערות הצ"צ שם.

כמצות רצונך ראה המשך וככה [תרל"ז] פי"ז ואילך.