ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'רנח

ב"ה, כ' מרחשון, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין צוזאַמענהאַנג מיט דער פאָרשטייענדער יערלעכער חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש, און אין דעם דאָזיגען טאָג – כ' חשון – יום הולדת פון כ"ק אדמו"ר הרש"ב נבג"מ זי"ע, דער מייסד פון תומכי-תמימים אין ליובאַוויטש,

קום איך מיט אַ דערמאָנונג און בקשה צו חובבי ותומכי תורה שי' בכלל און צו אנ"ש שי' בפרט, צו שטעלן זיך אין די ערשטע רייען פון עסקני ותומכי הישיבה, מיטן צוועק צו פאַרזיכערן בעזר השי"ת די הצלחה פון דער אונטערנעמונג.

אַ בעל עסק, אַ ביזנעסמאַן, פאַרשטייט אַ גוטן געשעפט און ווייס ווי אָפּצושאַצן אַ גוטע "אינוועסטמענט". די בעסטע אינוועסטמענט איז ניט נאָר ווען דער קאַפּיטאַל ברענגט אַריין די העכסטע דיווידענדן, נאָר ווען אויך די דיווידענדן דינען אַלס ווייטערדיגער קאַפּיטאַל פאַר ווייטערדיגע דיווידענדן, און אַזוי כסדר. אָן אויפהער.

אַזאַ "אינוועסטמענט" איז חינוך על טהרת הקודש, ווען די מחונכים ווערן מחנכים און די מושפעים ווערן משפיעים, און עס ווערט געשאַפן אַן אומענדלעכער המשך פון פירות און פירי-פירות אין אַ כסדר וואַקסנדער מאָס.

דאָס איז דאָך געווען די כוונה פון דעם מייסד פון תומכי-תמימים מיט איבער 71 יאָר צוריק, ווען ער האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף דעם אַז די תלמידים תמימים זאָלן זיין נרות להאיר – ליכט וועלכע לייכטן און באַלייכטן דעם אַרום – מיט דער ליכטיקייט פון תורה און מצוות אין טאָג-טעגלעכן לעבן, צווישן אַלע שיכטן און קרייזן. און אויף ווי ווייט די דאָזיגע כוונה איז דורכגעפירט געוואָרן און ווערט דורכגעפירט אין לעבן, און די ב"ה גאָר גרויסע הצלחה אין דעם – דאָס איז דאָך ידוע ומפורסם. עס איז פשוט ניט אָפּצושאַצן די גרויסע און פאַרצווייגטע הפצת-התורה-והיהדות-טעטיקייט פון די תלמידים תמימים שי', ניט נאָר דאָ אין לאַנד נאָר אויך אין פאַרשידענע טיילן פון דער וועלט.

דעריבער האָף איך און בין זיכער, אַז יעדער איינער און איינע וועט וועלן האָבן אַ וואָס גרעסערן חלק אין דער דאָזיגער "אינוועסטמענט" און וועט טאָן אין דער פולסטער מאָס צו פאַרזיכערן דעם דערפאָלג פון דער יערלעכער אונטערנעמונג, צו שאַפן די פולע פינאַנציעלע און מאָראַלישע שטיצע וואָס די ישיבה נויטיגט זיך כדי אָנצוגיין מיט איר הייליגער אַרבעט, און אין אַן אופן פון מוסיף והולך מוסיף ואור.

דערמיט שאַפט מען אויך ברייטע צנורות וכלים צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות, פאַר זיך און די בני-בית שיחי', אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 500, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

איבער 71 יאָר צוריק ראה גם לעיל אגרת י'יא, ובהנסמן בהערות שם.

נרות להאיר ראה גם לקו"ש חכ"ה ע' 344 הערה 2. וש"נ.