ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'רצג

ב"ה, ערב חנוכה, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון

מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די יערלעכע מסיבה קומט הייאָר פאָר אין דער לעצטער נאַכט פון חנוכה, די אַכטע ליכטל.

איינע פון די יסודות'דיגע הוראות פון חנוכה בכלל, און פון "זאת חנוכה" בפרט, איז, אַז אַלע "ליכטיגע" זאַכן, אַלע ענינים פון נר מצוה ותורה אור, דאַרפן שטענדיג פאַרגרעסערט ווערן – ווען אפילו עס דאַכט זיך, און דאָס קען אויך זיין דער אמת, אַז מ'האָט פריער שוין געטאָן אַלץ וואָס מ'האָט געקענט. דאָס לערנען מיר פון דער מצוה פון נר חנוכה: כאָטש די ערשטע נאַכט, ווען מ'האָט אָנגעצונדן איין ליכטל, האָט מען מקיים געווען די מצוה פון נר חנוכה אין דער פולסטער מאָס, איז אָבער דער דין, אַז עס גייט דורך אַ טאָג דאַרף מען די צווייטע נאַכט אָנצינדן צוויי ליכט, און אַזוי כסדר – מיט איינע מער ווי מיט אַ טאָג פריער.

און אפילו ווען עס זיינען שוין דורך גאַנצע זיבן טעג חנוכה, וואָס יעדער טאָג פון דער וואָך האָט דאָך זיין ספּעציעלע סגולה אין עניני תורה ומצוה, און מ'האָט אין יעדן איינעם פון די טעג דערפילט די פליכט אין דער מאַקסימאַלסטער מאָס, איז אַז עס קומט דער אַכטער טאָג חנוכה דאַרף מען ניט נאָר ניט פאַרקלענערן די אַרבעט, נאָר, אדרבה, ערשט צוגעבן נאָך אַ ליכטל.

דער יום-טוב חנוכה איז דאָך פאַרבונדן מיט חנוכת בית-המקדש, ווי אין נוסח התפלה: ואחר כך באו בניך לדביר ביתך כו' והדליקו נרות כו' וקבעו שמונת ימי חנוכה אלו כו'.

באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן איז אונטערגעשטראָכן געוואָרן, אַז די אויפגאַבע פון יעדער אידישער הויז איז צו זיין אַ "מקדש", אַ "דירה" פאַר דעם אויבערשטן – אַ ליכטיגע דירה, באַלויכטן מיט נר מצוה ותורה אור.

אָבער ווען ווערט דער אמת'ער כאַראַקטער פון דער הויז פולשטענדיג אויסגעפורמט – ווען עס קומען צו נייע דורות אידן, וועלכע ווערן אויפגעהאָדעוועט און דערצויגן אין חינוך על טהרת הקודש, אַזוי אַז זיי זאָלן ווייטער פאַרשפּרייטן די ליכטיקייט פון תורה ומצוות.

און דאָס איז אויך די הויפּט אויפגאַבע פון מרכז הישיבות תומכי- תמימים: דערציען תלמידים וועלכע זאָלן ליכטיג מאַכן ניט נאָר באַ זיך אין הויז, נאָר אויך ליכטיג מאַכן אין וועלט; און ניט באַגנוגנען זיך מיט די דערגרייכונגען פון היינט, אפילו ווען דאָס איז בשלמות, נאָר מוסיף זיין מאָרגן און איבערמאָרגן און אַזוי כסדר, מוסיף והולך מוסיף ואור.

פּונקט אַזוי דאַרף אויך זיין דער אָפּרוף און די שטיצע פון די פריינד פון דער ישיבה. אויב אפילו די שטיצע וואָס מ'האָט געגעבן פאַראַיאָרן איז געווען אין דער פולסטער מאָס, איז אָבער וויבאַלד אַז עס איז דורך אַ יאָר פון דער לעצטער יערלעכער מסיבה, פאָדערט זיך יעצט אַ פאַרגרע- סערטע שטיצע, בפרט אַז אויך די באַדערפענישן זיינען פאַרגרעסערט געוואָרן. דעריבער דאַרף יעדער איינער און איינע נעמען אַ גרעסערן חלק אין דער זאַך, סיי פינאַנציעל און סיי אין עסקנות, צו טאָן אַליין און מזכה זיין אויך אַנדערע אין דער ליכטיגער טעטיקייט פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים, אין אַן אופן פון מוסיף והולך, אין איינקלאַנג מיט די אָנווייזונגען און גייסט פון דעם ליכטיגען יום-טוב חנוכה.

בזכות זה וועט השם יתברך זיכער פאַרגרעסערן די ליכטיקייט אין יעדער אידישער הויז: ליכטיקייט סיי אין נר מצוה ותורה אור, און אויך אין דעם פשוט'ן זין, אַז עס זאָל זיין אמת ליכטיק בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה מרובה ולבשורות טובות בכל האמור,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"כ ע' 639, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

נר מצוה ותורה אור משלי ו, כג.

דער דין שבת כא, ב. רמב"ם הל' חנוכה פ"ד ה"א וה"ג. טושו"ע או"ח הל' חנוכה סתרע"א ס"ב.

חנוכה . . חנוכת בית-המקדש ראה לקו"ש ח"י ע' 279 בהערה. חכ"ה ע' 235, ובהנסמן שם הערה 6.

נוסח התפלה "ועל הנסים" דחנוכה.