ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'שכב

ב"ה, ד' בשלח, יו"ד שבט, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

צו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס – בכלל, און צו די אָנטיילנעמער אין דער יערלעכער מלוה מלכה – בפרט

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דער ידיעה, אַז די יערלעכע מלוה מלכה לטובת די בית רבקה שולעס וועט הייאָר פאָרקומען מוצאי שבת קודש פ' בשלח, שבת שירה, י"ג שבט הבע"ל,

איז כדאי צו דערמאָנען די באַקאַנטע שיחה פון אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן ערוך, אין צוזאַמענהאַנג מיט דער סדרה פון דער היינטיקער וואָך: כאָטש די סדרה אַנטהאַלט צוויי שירות – די שירה וואָס משה האָט געזונגען מיט די אידן, און די שירה פון מרים הנביאה מיט די פרויען – איז אָבער פאַר דער הפטרה אויסגעקליבן געוואָרן דוקא אַ שירה פון אַ פרוי – די שירה פון דבורה הנביאה.

דערמיט ווערט אונטערגעשטראָכן, אַז עס זיינען פאַראַן ענינים און געביטן אין אידישן לעבן, אין וועלכע די אידישע פרוי האָט אַ ספּעציעלע און גאָר וויכטיגע שליחות און אויפגאַבע.

איינער פון די דאָזיגע געביטן איז די אָנפירונג און פאַרזיכערונג פון דער אידישער היים, אַז עס זאָל זיין אַ אידישע היים אין פולסטן זין פון וואָרט, דורכגעדרונגען מיט דער ליכטיקייט און וואַרעמקייט פון תורה און מצוות.

דאָס ווערט ווייטער אָנגעדייטעט אין דער היינטיגער סדרה און הפטרה, ווען מען נעמט אין אַכט די אומשטענדן וועלכע האָבן אַרויסגערופן די דערמאָנטע שירות:

אין דער סדרה רעדט זיך פון דער צייט ווען אידן זיינען געווען אין מדבר אויפן וועג איינצונעמען ארץ-ישראל און אויסקעמפן אַ היים פאַר זיך. אין דעם פאַל זיינען די מענער געגאַנגען בראש, און די שירה פון משה רבנו פאַרנעמט דעם אויבן-אָן. אין דער הפטרה רעדט זיך ווען אידן זיינען שוין געווען אין ארץ ישראל און מ'האָט געדאַרפט זאָרגן צו באַשיצן און אויפצוהאַלטן די אידישע היים – דאָ איז דבורה הנביאה געגאַנגען בראש, און ברק בן אבינועם איז געווען טפל צו איר.

און אַזוי אין אַלע צייטן און דורות פאַרנעמט די אידישע פרוי דעם הויפּט אָרט אין אויפהאַלטן און פאַרזיכערן די יסודות פון דער אידישער היים, וואָס דעריבער ווערט זי אָנגערופן עקרת הבית.

אין די בית רבקה שולעס ווערן דערצויגן אידישע טעכטער, צוקונפטיגע אידישע מאַמעס, אין גייסט פון תורה און מצוות, באַזעלט מיט חסידישע ליכטיקייט און מדות טובות, זיי זאָלן קענען דערפילן אין דער פולסטער מאָס זייער העכסט-וויכטיגע אויפגאַבע אין אידישן לעבן, אין די פוסטריט פון מרים הנביאה און דבורה הנביאה. עס איז צו ערוואַרטן, אַז די דאָזיגע מוסדות פון חינוך הבנות על טהרת הקודש וועלן באַקומען די פולסטע שטיצע.

השם יתברך זאָל העלפן, אַז די יערלעכע אונטערנעמונג און אַלע פעולות פון בית רבקה אַ גאַנץ יאָר זאָלן זיין בהצלחה גדולה, און דער זכות זאָל ביישטיין אַלע עסקנים און פריינט און מיטהעלפער צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 307, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

די באַקאַנטע שיחה נדפסה בלקו"ד ח"ג תרצה, א ואילך. סה"ש תרח"צ ע' 277 ואילך. וראה גם אגרת שלאח"ז.

דבורה . . בראש . . ברק . . טפל צו איר ראה פי' הרד"ק לס' שופטים ה, א. וראה גם ב"ר פ"מ, ד.

עקרת הבית ראה ב"ר פע"א, ב. זח"א קנד, א. אוה"ת נ"ך ח"ב ע' תתעא, ושם ע' תתנח ואילך.