ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'שלט

ב"ה, ראש חודש אדר, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

צו דער רעדאַקציע פון "די אידישע היים"

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה וועגן דער ספּעציעלער אדר-ניסן אויסגאַבע וואָס וועט פאַרצייכענען דעם 13-יעריגען יובילייאום פון "די אידישע היים".

צו דער געלעגנהייט שיק איך מיין באַגריסונג און ברכה צו די מיטגלידער פון דער רעדאַקציע, ווי אויך די מיטאַרבעטער און לייענער – שיחיו. השם יתברך זאָל העלפן, אַז דער דאָזיגער וויכטיגער אָרגאַן זאָל אויך ווייטער דערפילן זיין אינערלעכע אויפגאַבע, און נאָך אין אַ גרעסערן פאַרנעם אין כמות און אין איכות.

אין צוזאַמענהאַנג מיט די חדשים אדר-ניסן דריקט זיך אויס די גמרא: מסמך גאולה לגאולה. דער אויסדרוק שטרייכט אונטער די אינערלעכע נקודה פון ביידע חדשים, די גאולה פון פורים און די גאולה פון פסח.

ווי אין אַלע ענינים פון תורה, וועלכע ענטהאַלטן פיל הוראות און רמזים, אַזוי אויך אין דעם דערמאָנטן אויסדרוק, וואָס איינער פון זיי איז אין דעם באַגריף פון דעם עצם ענין פון גאולה – אויסלייזונג.

עס זיינען פאַראַן מדריגות אין גאולה. די גאולה פון פורים האָט אויסגעלייזט די אידן פון דער גזירה פון להשמיד גו' ביום אחד; אָבער די גאולה איז געווען באַגרענעצט נאָר צו דעם, וואָרום די אידן זיינען ווייטער געבליבן אין גלות (אכתי עבדי אחשורוש אנן). פון דער אַנדער זייט, איז די גאולה פון מצרים געווען אַ פולשטענדיגע באַפרייאונג, ביז ובני ישראל יוצאים ביד רמה.

אין דעם אויסדרוק מסמך גאולה לגאולה איז פאַראַן אויך אַן אָנדייטונג, אַז אַ איד דאַרף וויסן, אַז יעדער איד האָט בכוח צו דערהויבן די גאולה פון פורים צו דער גאולה פון פסח, דאָס הייסט, צו פאַרוואַנדלען אַ באַגרענעצטע גאולה – ווען אידן זיינען נאָך אין גלות – אין אַ פולשטענדיגע גאולה. מיט אַנדערע ווערטער: אפילו ווען כלפי חוץ – אין מאַטעריעלע און זייטיגע ענינים – איז אַ איד אין גלות, איז אָבער כלפי פנים – אין עיקר'דיגע זאַכן, אין אַלע ענינים פון נשמה-לעבן – קען ער זיין, און מוז זיין, פולשטענדיג פריי. דאָס הענגט אָפּ פון עם אליין. און אדרבה, דורך אַריינברענגען גאולה אין גייסטיגן לעבן, דורך תורה און מצוות אין טאָג-טעגלעכן לעבן, ברענגט ער אַ גאולה אויך אין מאַטעריעלן לעבן, באַפרייאונג פון גזירות, פון דאגות פרנסה, פון דאגות בנוגע געזונד, וכו' וכו'.

נאָך אַ געמיינזאַמע נקודה אין די דערמאָנטע צוויי גאולות איז די ראָלע פון דער אידישער פרוי און טאָכטער, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דריקן דאָס אויס: אף הן היו באותו הנס (פסחים קח, ב), און ווי רש"י טייטשט אָפּ אויפן אָרט: בשכר נשים צדקניות שבאותו הדור נגאלו (פסח) . . על ידי אסתר נגאלו (פורים), וואָס ווייזט, אַז פרויען האָבן גאָר געהאַט אַן עיקר'דיגן חלק אין די גאולות.

אַ פּראַקטישע הוראה פון דאָס אויבנגעזאָגטע, ווי פון אַלע ענינים אין תורה, תורת-חיים (הוראה בחיים) – אָנווייזונג אין טאָג-טעגלעכן לעבן: אויך אין איצטיגען גלות איז דאָ די אויבנדערמאָנטע מעגלעכקייט צו זיין אינגאַנצן פריי אין אַלע ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט אידישקייט, און אויך אין איצטיגען דור פון עקבתא דמשיחא – די לעצטע טעג פון גלות, ערב דער גאולה דורך משיח צדקנו – האָבן די פרויען אַן עיקר'דיגען חלק אין דער אַלגעמיינער גאולה פון כלל ישראל.

און מיר האָבן די פאַרזיכערונג, אַז די אויפפירונג פון נשים צדקניות, צוגלייך און צוזאַמען מיט דער הנהגה פון אַלע אידן בדרך התורה והמצוה, דורכגעדרונגען מיט דער ליכטיקייט און לעבעדיקייט פון תורת החסידות, וועט דערנעענטערן און אַראָפּברענגען די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה ב"די אידישע היים" ניסן ה'תשל"ב (חוברת 51) ע' א.

גמרא מגילה ו, סע"ב ובפרש"י שם.

להשמיד גו' אסתר ג, יג.

אכתי . . אנן מגילה יד, א. וש"נ.

ובני . . רמה בשלח יד, ח.

תורה . . הוראה ראה רד"ק לתהלים יט, ח. ספר השרשים שלו ערך ירה. גו"א ר"פ בראשית בשם הרד"ק. וראה זח"ג נג, ב.