ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'שמז

ב"ה, י"ג אדר, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור

מו"ה אברהם גד שי' מאַחעראָווסקי

שלום וברכה!

דערמיט באַשטעטיג איך די ערהאַלטונג פון אייער בריוו פון ח' אדר מיט דאָס בייגעלעגטע.

השם יתברך זאָל העלפן אַז איר זאָלט דורכפירן דעם באַשלוס צו פּראַווען פסח צוזאַמען מיט דער גאַנצער משפחה – וואָרום איך האָף אַז אייער באַשלוס איז ניט נאָר פאַר די סדרים נאָר פאַר דעם גאַנצן פסח – אין אַ גוטע שטימונג און אין גוטן געזונד, סיי בנוגע דעם געזונד פונם גוף און סיי בנוגע דעם געזונד פון דער נשמה.

איך האָף אויך, אַז איר וועט זיך באַמיען איינווירקן אויף אַנדערע משפחות אין אַרובאַ, אַז זיי זאָלן האָבן אַ כשר'ן פסח, וואָס דאַן איז דאָס אויך אַ פריילעכער פסח.

דער זכות פון דער צדקה, פאַר וועלכע אַ קבלה איז בייגעלעגט, זאָל אייך ביישטיין איר זאָלט האָבן גוטע בשורות אין אַלע אויבנדערמאָנטע ענינים, צוזאַמען מיט דעם זכות וואָס איר שרייבט אין אָנהויבס בריוו, אַז איר זייט מפרסם די מצוות פון משלוח מנות און מתנות לאביונים.

איך ווינטש אייך און אַלע אייערע אַ פריילעכן פורים און אַ כשר'ן און פריילעכן פסח.

בברכה לבשורות טובות.

נ.ב. אייער ביישטייערונג איז איבערגעגעבן געוואָרן אין דעם פאָנד פון משלוח מנות, וואָס מ'שיקט היינטיקס יאָר ספּעציעל פאַר די נייע עולים וועלכע זיינען לעצטנס געקומען פון הינטער דעם אייזערנעם פאָרהאַנג.


מר אברהם גר מאַחעראָווסקי: אגרות נוספות אליו – לעיל אגרת י'קעא, ובהנסמן בהערות שם.