ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'שסב

ב"ה, ערש"ק מברכים חודש ניסן, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

צו דער 30טער יערלעכער מסיבה פון די "נציבי הישיבה" תומכי-תמימים ליובאַוויטש אין מאָנטרעאַל

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין די דאָזיגע טעג וועלכע פאַרבינדן די חדשים אדר און ניסן, שטייען מיר אונטערן איינדרוק פון דער געמיינזאַמער נקודה פון ביידע חדשים – דער ענין פון גאולה, די גאולה פון פורים און די גאולה פון פסח.

איינער פון די הויפּט שטריכן, וועלכע כאַראַקטעריזירן ביידע גאולות, איז די ראָלע פון חינוך פון אידישע קינדער.

די גאולה פון פורים איז – ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערציילן – געווען פאַרבונדן דערמיט וואָס מרדכי האָט פאַרזאַמלט אידישע קינדער און האָט מיט זיי געלערנט תורה, און אין אַן אופן וואָס האָט דערוועקט אין זיי די גרעסטע מסירת-נפש פאַר תורה און מצוות.

אויך די גאולה פון פסח איז געווען פאַרבונדן מיט אידישע קינדער, קעגן וועמען פרעה האָט ספּעציעל געצילט מיט זיין גזירה "כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו". אָבער אַ דאַנק דער מסירת-נפש פון אידישע מאַמעס, איז אויפגעשטעלט געוואָרן אַ נייער דור קינדער, וועלכע זיינען געווען די ערשטע צו דערקענען דעם אויבערשטן, אויסרופנדיג – זה א-לי – "דער איז מיין ג-ט!"

אויב אין יענע צייטן, ווען דער חינוך פון אידישע קינדער איז געווען פאַרבונדן מיט די גרעסטע געפאַרן, האָבן אידישע פירער און עלטערן זיך מוסר-נפש געווען פאַר תורה-טרייען חינוך, וויסנדיג אַז דאָס עקזיסטענץ פון אידישן פאָלק איז אָפּהענגיג דערפון – על אחת כמה וכמה ווען מיר לעבן אין אומשטענדן וואָס פאָדערן ניט פון אַ אידן איינצושטעלן ח"ו זיין לעבן אויף דעם, נאָר בלויז אַ פעסטן ווילן און אַ גרייטקייט אָפּגעבן פאַר דעם אַ טייל פון זיין צייט, מי און געלט. ווי גערן און גליקלעך אַ איד דאַרף זיך פילן וואָס ער קען מיט אַ פאַרהעלטניסמעסיג ביסעלע – אויפטאָן אַזוי פיל!

און אַן עיקר איז, אַז דער חינוך זאָל זיין אין דעם גייסט פון פורים און פסח – אַ תורה-טרייען חינוך אין דער מאַקסימאַלסטער מאָס, אַזוי אַז דער יונגער דור זאָל מיט דער טיפסטער איבערצייגונג קענען זאָגן: זה א-לי, וזאת התורה, און אלה החוקים והמשפטים, און באַאיינפלוסן און באַגייסטערן אויך די וועלכע זיינען נאָך ניט אין דעם צושטאַנד.

און דאָס איז דאָך דער חינוך וואָס די ליובאַוויטשער ישיבה אין מאָנטרעאַל גיט אירע תלמידים. זי פאַרדינט דעריבער די פולסטע שטיצע פון אַלע תורה-פריינד, ניט נאָר צו באַפרייען איר פון דער לאַסט פון חובות, נאר געבן די מעגלעכקייט אָנצופירן איר הייליגע אַרבעט בהרחבה, להגדיל תורה ולהאדירה.

איך באַגריס אַלע אָנטיילנעמער אין דער מסיבה, בפרט די געערטע נציבים און עסקנים, שיחיו, און האָף און וויל זיין זיכער, אַז יעדער איינער און איינע וועלן טאָן אַלץ וואָס עס איז פון זיי אָפּהענגיג, כדי אַז די אונטערנעמונג זאָל זיין מיט גרויס הצלחה אין אַלע הינזיכטן.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 387 ואילך, והושלמה ע"פ צילום האגרת.

אונזערע חכמים . . דערציילן ראה אסת"ר פ"ח, ז. פ"י, ד. יל"ש אסתר רמז תתרנח. ויק"ר (פכ"ח, ו) ויל"ש אמור (רמז תרמג) עה"פ (אמור כג, יא) והניף את העומר. פס"ר פי"ח (פ' העומר). תו"מ –סה"מ אדר ע' נה.

כל . . תשליכוהו שמות א, כב.

מסירת-נפש פון אידישע מאַמעס וכו' סוטה יא, ב. שמו"ר פ"א, יב. ועוד.

זה א-לי בשלח טו, ב.

וזאת התורה ואתחנן ד, מד.

אלה החוקים והמשפטים בחוקותי כו, מו. ראה יב, א.