ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'שסג

ב"ה, יום ה' ראש חודש ניסן, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

פסח, דער ערשטער און הויפּט פון אַלע ימים-טובים, פאַרנעמט אַ צענטראַלן אָרט אין אידישן לעבן. דער אינהאַלט פון דעם יום-טוב: די באַפרייאונג און אויסדערוויילונג פון אידישן פאָלק, כדי צו ווערן אַ תורה-פאָלק; דער אופן פון דער באַפרייאונג: דורך אָפענע נסים, וואָס האָט באַשטעטיגט קלאָר און דייטלעך, אַז דער אויבערשטער איז ניט נאָר דער באַשעפער פון דער וועלט, נאָר אויך דער בעל-הבית פון דער וועלט, און אַז די ג-טלעכע השגחה דערגרייכט אַלע פרטים און פרטי-פרטים פון דעם גאַנצן באַשאַף – דאָס איז דאָך "דער גרויסער יסוד און פעסטער זייל פון אונזער תורה און אונזער גלויבן". דעריבער דערמאָנען מיר דעם ענין פון יציאת-מצרים אין אונזערע תפילות אַלע טאָג, און מערערע מאָל אַ טאָג, כדי אַז די דאָזיגע גרונט-פּרינציפּן פון אונזער גלויבן זאָלן באַלייכטן און דורכדרינגען אונזער טאָג-טעגלעכן לעבן.

דערפון איז פאַרשטאַנדיג, אַז דער יום-טוב פסח, אין אַלע זיינע פרטים, ברענגט אַרויס עיקר'דיגע און כללות'דיגע שטריכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אידן, תורה און אידישקייט, און דינען אַלס יסודות'דיגע אָנווייזונגען אין טאָג-טעגלעכן לעבן פון דעם כלל און פון דעם פרט.

***

תורה, אידן און אידישקייט בכלל, ווי גערעדט מערערע מאָל, זיינען ניט קיין באַזונדערע זאַכן, ס'זאָל הייסן, אַז אַ איד פאַרבינדט זיך מיט תורה און לעבט אַן אידישן לעבן פון צייט צו צייט אָדער אין באַשטימטע צייטן; נאָר זיי אַלע זיינען איין זאַך. מיט אַנדערע ווערטער: אין יעדן פרט פון זיין וועזן, סיי בנוגע זיין גוף און סיי בנוגע זיין נשמה, און אין אַלע פרטים פון זיין טעגלעכן לעבן, דאַרף אַ איד זיין דורכגעדרונגען מיט תורה און אידישקייט.

איינע פון די נקודות אין דעם איז: פּונקט ווי די תורה נעמט אַרום די גאַנצע וועלט, און ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דריקן זיך אויס, אַז די תורה איז דער ג-טלעכער "בוי-פּלאַן" פון דער גאַנצער בריאה מיט אַלע אירע איינצעלהייטן, אַזוי אויך אַ איד, אויך אַלס אַ יחיד, איז דורך זיין תורה אידישן לעבן, האָט אַ שייכות צו דער גאַנצער וועלט. דאָס מיינט, אַז אַ איד דאַרף זיך באַמיען און קען טאָן און אויפטאָן, אַז ניט נאָר ער אַליין זאָל זיין בשלימות, נאָר אַז אויך די וועלט זאָל זיין אַ שלימות'דיגע. און דאָס טוט ער אויף דירעקט און אומדירעקט – דורך אַ פולן און אומפּאַסנדן תורה-לעבן, ווייזנדיג דערביי אַ לעבעדיקן ביישפּיל ווי מ'דאַרף זיך אויפפירן אין טאָג-טעגלעכן לעבן, ביז אַז ער ווערט "לאור גויים" – אַ באַלייכטער און וועג-ווייזער אויך פאַר אַלע פעלקער.

וויסנדיג אויף ווי ווייט זיין פּערזענלעכע הנהגה אין טעגלעכן לעבן איז נוגע פאַר זיין אייגענער שלימות און פאַר דער שלימות פון זיין משפחה און פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק, ביז שלימות פון דער גאַנצער וועלט, גיט דאָס ספּעציעלע מוט און כחות איבערצוקומען אַלע שוועריקייטן, וואָרום וואָס פאַר אַ באַטרעף קענען זיינע שוועריקייטן האָבן לגבי די דערגרייכונגען אין אַזאַ פאַרנעם.

***

אויב אין פאַרשידענע תקופות האָט מען געדאַרפט זוכן און אַרויסברענגען אין אַן אָפענער פאָרם די תכונה פון אַ אידן אויך "לאור גויים", האָט דאָס אָבער געדאַרפט אָפען און קלאָר ליכטיג אַרויסגעבראַכט ווערן אין דער צייט פון דער "געבורט" און אָנהויב פון אידן – בצאת ישראל ממצרים, אין אַן אופן עס זאָל דערגרייכן אַלע פעלקער און אין אַן ענין וואָס נעמט אַרום זייער גאַנצן לעבן.

דאַן זיינען אידן געווען אַרומגערינגלט ווי איינגעשלונגען צווישן גויים, און ווי תורה זאָגט: לקחת לו גוי מקרב גוי, דער אויבערשטער האָט אַרויסגענומען דעם אידישן פאָלק פון אינצווישן (מקרב) אַ פאָלק וואָס האָט געהאַט די מאַכט, אַרומגענומען אַלע פעלקער.

און דער ערשטער ג-טלעכער געבאָט צום גאַנצן אידישן פאָלק און דאַן צו יעדער יחיד גלייך אין אָנהויב פון דעם חודש הגאולה, ראש חודש ניסן, איז געווען: משכו וקחו לכם צאן למשפחותיכם ושחטו הפסח – "ציט (זיך צוריק פון עבודה-זרה) און נעמט אייך שאָף פאַר אייערע משפחות און שעכט דעם (קרבן) פסח".

מען איז אָנגעזאָגט געוואָרען צו נעמען אַ שעפּס, וואָס איז געווען די עבודה-זרה פון מצרים, און וואָס עבודה-זרה איז דאַן געווען דער יסוד פונם גאַנצן לעבנס-שטייגער אין מצרים און אין דער גאַנצער וועלט, און שעכטן די עבודה-זרה.

און ס'איז אָנגעזאָגט געוואָרן דאָס צו טאָן פאַר אַלעמען אין די אויגן, אַז אַלע זאָלן וויסן דערפון און פרעגן. און די אידן האָבן זיי אויפגעקלערט,

דערמיט האָט מען אויך אָנגעוויזן אידן און דורך זיי (אַלס אור גוים) צו אַלע פעלקער אַז אַן אמת'ע גאולה פון קערפּערלעכער פאַרשקלאַפונג מוז זיין פאַרבונדן מיט דער גאולה פון גייסטיגער פאַרשקלאַפונג.

***

אַריינטראַכטנדיג זיך אין דעם אינהאַלט פון דעם יום טוב פסח, יעדן יאָר ווען עס קומען די טעג פון צוגרייטונג צו פסח און נאָך מער אין די טעג פון פסח אַליין, וואָס חוקת עולם תחגוהו און שבעת ימים – אַן אייביגער געזעץ וואָס נעמט אַרום אַלע זיבן טעג פון דער וואָך, דעם טאָטאַלן לעבן פון אַ אידן אין יעדן צושטאַנד אין וועלכן ער געפינט זיך,

ווערן אָפּגעפרישט, און אין אַ פאַרשטאַרקטער פאָרם, אַלע איינצלהייטן פון יציאת מצרים וואָס אַ איד דאַרף פאַרווירקלעכן אין לעבן, וואָס די נקודה דערפון איז:

משכו – אין דעם קו פון סור מרע – אָפּוואַרפן יעדער עבודה-זרה ובפרט די וואָס הערשט אין זיין צייט און זיין אָרט.

וקחו לכם – אין דעם קו פון ועשה טוב – ניט קוקנדיג ווי זיין פריערדיגער אַרט לעבן איז געווען, צו נעמען זיך אויף אַ נייעם וועג, דער וועג פון אמת'ע חירות, וואָס דאָס איז דער וועג פון תורה ומצות (חרות על הלוחות), און טאָן דאָס אָפן און מיט שטאָלץ, ביד רמה, ביז דאָס וועט האָבן די טיפסטע ווירקונג איבערצומאַכן די וועלט אַרום – אור גויים.

און דאָס ברענגט צו דער גאולה פרטית, איבערצוקומען און באַפרייען זיך פון אַלע שוועריקייטן וואָס שטערן צו דערגרייכן די אייגענע שלימות; און די גאולה פרטית ווערט אַ צוגרייטונג און אַ טייל פון דער גאולה כללית, די פולשטענדיגע אמת'ע גאולה פון גאַנצן אידישן פאָלק, וואָס דאַן וועט די גאַנצע וועלט באַקומען איר אמת'ן און שלימות'דיקן תיקון, אין דעם קו פון משכולהעביר גילולים מן הארץ (מאַכן פאַרשווינדן די עבודה-זרה'ס פון דער ערד) און אין דעם קו פון קחו – אַז עס וועט מקויים ווערן די נבואה והלכו גויים לאורך (די פעלקער וועלן נאָכגיין דיין ליכט),

אין דער צייט ווען עליך יזרח הוי' וכבודו עליך יראה (עס וועט אויפשיינען אויף דיר דער אויבערשטער און זיין כבוד וועט אויף דיר געזען ווערן),

בביאת משיח צדקנו – און לויט דער תפלה פון דוד מלך ישראל נעים זמירות ישראל אין נאָמען פון אַלע אידן און פון יעדער אידן: הוי' לעזרתי חושה . . אלקים חושה לי –

במהרה בימינו ממש.

בברכה לחג הפסח כשר ושמח,

מנחם שניאורסאהן


נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים מנהגים וביאורים ח"ב ע' תרלו ואילך. תרגום האגרת בלה"ק נדפסה ב"תורת מנחם – אגרות מלך" ח"ב ע' פב ואילך.

ידעתי . . האלקים יתרו יח, יא.

אור תורה להה"מ בהוצאת קה"ת – סע"ו (כז, ג).

דערמאָנען . . יציאת-מצרים . . מערערע מאָל משנה ברכות יב, ב. רמב"ם הל' ק"ש פ"א ה"ג. שו"ע אדה"ז או"ח סס"ז ס"א.

ראה ברכות וכו' וראה לקו"ש ח"ח ע' 363 הערה 1 ובשוה"ג הא' שם.

לדעת רשב"ג: דכל שהוא מבריית המים אינו חוצץ.

בד"ה וראיתי אני, תרס"ב: סה"מ תרס"ב ע' שנב.

ועפ"ז יומתק כו' ראה גם לקו"ש חכ"ג ע' 174 ואילך. וש"נ.

תהלים עא הקאַפּיטל שמתחילים לומר בי"א ניסן השתא – ראה בהנסמן לעיל אגרת ט'תתקצז בשוה"ג.

בצאת ישראל ממצרים תהלים קיד, א.

בשלח (עה"פ יד, ל.

חודש הגאולה שמו"ר פט"ו, יא.

חרות על הלוחות תשא לב, טז.

להעביר . . הארץ נוסח תפלת "ועל כן נקוה".

נעים זמירות ישראל אין נאָמען . . פון יעדער אידן שמואל-ב כג, א. שהש"ר פ"ד, ד (בתחילתה).

תהלים ע הקאַפּיטל שמסיימים לומר בי"א ניסן השתא – ראה בהנסמן לעיל אגרת ט'תתקצז בשוה"ג.

אוה"ת . . וככה בא ע' רצא ואילך.

מה זה מיהרת תולדות כז, כ.

יום ה', ראש חודש ניסן כמו הקביעות בשנת צאת ישראל ממצרים (שבת פז, ב. שו"ע אדה"ז ר"ס ת"ל).

דער ערשטער און הויפּט ר"ה ד, א.

די באַפרייאונג . . כדי ראה שמות רבה פ"ג, ד. שם פכ"ד, ב. הובא בפרש"י שמות (ג, יב).

האָט באַשטעטיגט . . באַשעפער . . בעל-הבית ס' החינוך מצוה כא. ולהעיר מהסידור (עם דא"ח) שער החנוכה (רעא, ג) דע"י יצי"מ ידעתי כי גדול הוי' מכל האלקים עיי"ש.

בעל-הבית פון דער וועלט יתרה מזו ראה אור תורה להה"מ וארא ד"ה וידבר כו' ויצוום שבחידוש העולם נתגלה חיצוניות העולמות כו' ויצי"מ הי' הכוונה שיתגלה פנימיות העולמות.

דער גרויסער . . טאָג ס' החינוך שם.

דורכדרינגען . . לעבן ראה תניא רפמ"ז: וכל יום ויום. תו"א וארא נח, סע"א.

אין יעדן פרט . . דורכגעדרונגען ראה ברכות (סא, ב): דגים . . במקום חיותנו. יתרה מזו לדעת רשב"ג (מקואות פ"ו, מ"ז) אלא שאין הלכה כמותו – נת' בד"ה וראיתי אני, תרס"ב. – אבל הרי פסקינן כוותי' בהא דזבחים (כב, א). וכבר שקו"ט בזה בתויו"ט מקואות שם. והאריך בזה בס' גולות עליות שם. חיבור לטהרה הל' מקואות כלל ב' בסופו (לפענ"ד בשנויא דחיקא). ועוד, ואכ"מ.

תורה . . בוי-פּלאַן בראשית רבה בתחלתו – ולכן גם קיום וחיות העולם תלוי בתורה (ד"ה ה' לי בעוזרי תרצ"א – בסה"מ קונטרסים ח"א [קעט, ב. ולאח"ז בסה"מ תרפ"ז ע' רב] – פ"ב).

אַ יחיד . . גאַנצער וועלט ראה קדושין (מ, רע"ב): כל העולם. וברמב"ם הל' תשובה (פ"ג, ה"ד): כל העולם כולו.

באַמיען . . אויך די וועלט ראה רמב"ם הל' מלכים (פ"ח ה"י): ציוה משה רבנו מפי הגבורה כו'. ועפ"ז יומתק סיום פי"א מהל' מלכים להרמב"ם: ויתקן את העולם כולו כו', דלכאורה מהי שייכות כ"ז לס' יד החזקה. ובפרט האריכות הגדולה בזה (בדפוס רומי ר"מ, ונשמטה ע"י הבקורת דאו"ה בדפוסים שלאח"ז), ולכל היותר – הי' צ"ל כתוב בפרק שלאחריו המדבר ב"מנהגו של עולם" בימות המשיח. – אלא שזהו המשך ל"ילחם מלחמת ה' . . והצליח . . ינצח כל האומות שסביביו" שאז מחוייב "לתקן את העולם כולו לעבוד את ה'" כו'.

לאור גויים ישעי' (מב, ו) וראה רד"ק שם: השנית כו'. ולהעיר מפי' הראב"ע עה"פ כמופת הייתי לרבים ואתה מחסי עוז (תהלים עא, ז).

"געבורט" און אָנהויב ראה יחזקאל טז ובמפרשים שם.

איינגעשלונגען . . גוי מקרב גוי דברים (ד, לד) ובמכילתא בשלח (עה"פ ויושע): כאדם שהוא שומט את העובר. ועייג"כ שער הפסוקים להאריז"ל שמות בתחלתו: היו ממש בתוך קרבם.

אַ פאָלק . . אַלע פעלקער מסוף העולם ועד סופו (שמו"ר פט"ו, יו"ד).

צום . . פאָלק און דאַן . . יחיד אל כל עדת ישראל . . ויקחו להם איש – כל אחד ואחד אלא ששלוחו של אדם כמותו (ראה מכילתא בא יב, ג).

משכו . . זרה בא (יב, כא) ובמכילתא שם. וראה מו"נ ח"ג רפמ"ו. צרור המור כאן: מצאתי כתוב כו'.

אָנגעזאָגט . . אויפגעקלערט זח"ג רנא, א. שו"ע אדה"ז ר"ס ת"ל.

חוקת . . ימים בא (יב, יד-טו).

ובפרט . . אָרט ראה זח"ג שם: ובגין דטלה כו'.

חרות על הלוחות אל תקרי חרות אלא חירות (אבות ו, ב).

ביד רמה . . ווירקונג ראה תיב"ע ומכילתא לבשלח (יד, ח).

די נבואה . . יראה ישעי' ס, ב-ג.

אין דער צייט ווען עליך יזרח הוי' כו' י"ל שהכוונה לבחינה גדולה יותר אפילו מבזמן יצי"מ – וע"פ תורת הבעש"ט דגלות מצרים הי' שחסר מהם הדעת להכריע שיש בורא אחד המחדש כו' אמנם בחי' דעת זה שנתגלה ביצי"מ הי' כו' אך כו' בימוה"מ כו' יהי' נראה עין בעין כו' (תוי"י ס"פ וישלח. עיי"ש).

הוי' . . חושה לי תהלים ע (ב, ו).

חושה . . במהרה ביאת משיח, אלא שאופן היציאה מהגלות הוא לא בחפזון (ישעי' נב, יב. וראה אוה"ת להצ"צ ד"ה וככה. המשך וככה תרל"ז בסופו).

במהרה בימינו ממש להעיר אשר הגאולה העתידה וביהמ"ק הג' שייכים לבחי' יעקב (ראה שבת קיח, ב: כיעקב כו'. פסחים פח, א: כיעקב כו') וביעקב הוא מהירות – מה זה מיהרת (עיין ליקוטי לוי יצחק לזח"א רכט, ב). ו"הבטיחה תורה שסוף ישראל לעשות תשובה בסוף גלותן ומיד הן נגאלין" (רמב"ם הל' תשובה פ"ז ה"ה).