ספריית חב"ד ליובאוויטש

י'שע

ב"ה, י"א ניסן, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

שטייענדיג ערב דעם יום-טוב פסח, דער יום-טוב וואָס באַצייכנט דעם "געבורט" און אָנהויב פון אידישן פאָלק, ווערט דערוועקט דער געדאַנק אַריינצוטראַכטן זיך: וואָס און ווי דאַרף זיין דער לעבענס-וועג פון דעם פאָלק כדי ער זאָל אַמשנעלסטן און אַמבעסטן דערגרייכן דעם תכלית און צוועק פון זיין מציאות (עקזיסטענץ).

דער ענין איז אַ ברייטער און פיל-זייטיגער, און מיר וועלן זיך דאָ אָפּשטעלן נאָר אויף איין נקודה: צי דער פאָלק זאָל שטרעבן צו דעם אַז אין זיין לעבן זאָל ער האָבן אַ מינימום אָנשטרענגונג און אַ מאַקסימום באַפרידיגונג; אָדער – אַז דאָס לעבן זאָל זיין אַ לעבן פון האָרעוואַניע און מאַקסימום דערגרייכונגען, אַ לעבן פון אַ סך טאָן און אַ סך אויפטאָן?

די דאָזיגע פראַגע איז אויך בנוגע דעם יחיד, אין זיין לעבן אַלס אַ יחיד.

עס איז איבעריג צו באַמערקן, אַז דאָס איז ניט אַן אַבסטראַקטע פראַגע, וואָרום אין דער לייזונג פון דער פראַגע ליגט דער יסוד ווי אַ מענטש פּאַסט אויף זיין לעבן, און ווי ער רעאַגירט אויף דעם וואָס עס טוט זיך מיט אים און אַרום אים, אפילו אין ענינים וועלכע זיינען ניט דירעקט אָפּהענגיג פון אים, און אַודאי אין ענינים וועלכע זיינען דירעקט פאַרבונדן מיט אים.

***

אויפן ערשטן קוק, און אויפן יסוד פון אונזער אמונה און פון אונזער תורה, תורת חיים ותורת אמת, אַז דער באַשעפער און מנהיג פון דער וועלט, און פון עולם קטן זה האדם, איז עצם הטוב (גוטסקייט אַליין) און אַז טבע הטוב להיטיב (די נאַטור פון דעם גוטן איז צו טאָן גוטעס), דאַרף זיך לכאורה לייגן אויפן שכל, אַז די גרעסטע שלימות איז ווען מ'באַקומט דעם מאַקסימום תענוג – תענוג אמיתי – אָן קיינע שוועריקייטן און אָן מאַטערניש; דאַן זעט מען דעם "טבע הטוב להיטיב" אין דער פולסטער מאָס.

טראָץ דעם אָבער, זאָגט תורה, וואָס זי איז תורה – אור (מאַכט ליכטיג), אַז: אדם לעמל יולד – "דער מענטש איז צו האָרעוואַניע געבאָרן". אפילו אדם הראשון פאַר'ן חטא עץ הדעת איז זיין זיין אין גן עדן איינגעשטעלט געוואָרן: לעבדה ולשמרה (איר באַאַרבעטן – דעם גן עדן – און היטן).

די דערקלערונג דערפון, וואָס פאַרענטפערט דעם לכאורה'דיגן ווידערשפּרוך, ווערט אויך געגעבן אין תורה:

טאַקע דערפאַר וואָס דער אויבערשטער וויל, אַז אַ מענטש זאָל געניסן דעם טוב בשלימות, און די נאַטור פון אַ מענטש'ן איז, אַז דעם אמת'ן תענוג האָט ער דוקא ווען ער ווערט אַ "שותף" אין דעם אויפטו און דערגרייכט דאָס מיט אייגענער האָרעוואַניע און מאַטערניש; פאַרקערט, אויב ער באַקומט דאָס במתנה איז דאָס גאָר אַ דערנידערונג פאַר אים און דאָס ווערט אָנגערופן נהמא דכסופא ("פאַרשעמט ברויט") – דערפאַר איז די שלימות פון תענוג, ווען ער דערגרייכט דאָס דוקא דורך האָרעוואַניע, און וואָס גרעסער די האָרעוואַניע איז, אַלץ געשמאַקער איז די פרוכט פון דער דערגרייכונג.

***

אַזוי איז געווען ביים געבורט פון אידישן פאָלק. דער סדר פון יציאת מצרים איז געווען, ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו: בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה ("ווען דו וועסט אַרויספירן דעם פאָלק פון מצרים, וועט איר דינען דעם אויבערשטן אויף דעם באַרג (סיני)"). טראָצדעם וואָס יציאת מצרים גופא איז געווען אַן ענין פון אַ מתנה פון הימל און אין אַן אופן פון גאָר וואונדערלעכע און אָפענע נסים, איז דאָס אָבער מלכתחילה געווען פאַרבונדן מיט תעבדון (דינען ווי אַן עבד) את האלקים; דאָס איז געווען דער זכות פון דעם עם, די באַטייליגונג זיינע אין דעם בהוציאך את העם ממצרים.

***

און ווי דאָס איז בנוגע כלל ישראל, אַזוי איז דאָס מיט יעדן יחיד. די שטרעבונג פונעם יחיד דאַרף זיין, אַז ער דאַרף טאָן און אויפטאָן; און ניט סתם טאָן, נאָר מיט אַ האָרעוואַניע, וואָס תורת אמת רופט עס "עמל". ערשט דאַן דערהויבט ער זיך פון דער מדריגה פון "אדם – עפר מן האדמה" צו דער מדריגה פון "אדם – אדמה לעליון (ענליך, כביכול, צום אויבערשטן)".

***

אויך דער געבורט און דאָס לעבן פון אַ יחיד זיינען פאַרבונדן מיט נסים. אפילו ווען עס ווייזט זיך אויס אַז אַלץ איז "בדרך הטבע", האָבן דאָך אונזערע חכמים זכרונם לברכה געזאָגט: אין בעל הנס מכיר בנסו – אַ מענטש ווייסט ניט ווען אַ נס האָט מיט אים פּאַסירט. דעריבער דאַנקען מיר דעם אויבערשטן דריי מאָל אַ טאָג על נסיך שבכל יום עמנו (פאַר די ג-טלעכע נסים וועלכע פּאַסירן יעדן טאָג מיט אונז).

און ווי דוד נעים זמירות ישראל (ומלך ישראל) זאָגט אין נאָמען פון יעדער אידן (און אין נאָמען פון כלל ישראל): ממעי אמי אתה גוזי . . כמופת הייתי לרבים . . אבוא בגבורות . . ועד הנה אגיד נפלאותיך . . תחייני. (פון מיין מוטער'ס אינגעווייד האָסטו מיר אַרויסגעצויגן (זאָגט דער מדרש – דאָס מיינט (אויך) כלל ישראל: דו האָסט אונז אַרויסגענומען פון דער האַנט פון מצרים) אַ וואונדער בין איך געווען באַ פילע – (מדרש: וויפל נסים דו האָסט מיר געטאָן) איך וועל אַריין אין די גבורות יאָרן . . און ביז איצט וועל איך דערציילן דיינע נסים (מדרש: אין יעדער פּעריאָדע, צייט און רגע) דו וועסט מיר באַלעבן (מדרש: אַרויסנעמען פון גלות)).

דאָס מיינט, אַז דאָס גאַנצע לעבן פון אַ מענטשן, פון געבורט אָן און – פון עם ישראל, איז אין אַן אופן פון שטענדיגע נסים, כאָטש ניט אַלעמאָל זעט מען עס, ביז צום נס פון דער גאולה האמיתית פון דעם פרט און פון כלל עם ישראל.

און דורך מעשינו ועבודתנו כל זמן משך הגלות (אונזער טאָן און האָרעווען אין דער גאַנצע גלות צייט) – טאָג טעגליכער לעבן פון יחיד און פון דעם כלל לויט דעם אויבערשטנ'ס אָנזאָג – טוט זיך אויף די תכלית השלימות פון דער גאַנצער וועלט,

די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו בקרוב ממש, ווען עס וועט מקויים ווערן:

כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות.

בברכת חג הפסח כשר ושמח,

מ. שניאורסאהן


נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים מנהגים וביאורים ח"ב ע' תרמא ואילך. תרגום האגרת בלה"ק נדפסה ב"תורת מנחם – אגרות מלך" ח"ב ע' פז ואילך.

לתוכנה ראה גם שיחת י"א ניסן שנה זו (שיחות קודש תשל"ב ח"ב ע' 96 ואילך). לקו"ש חט"ו ס"ע 93 ואילך.

מכתב דר"ח ניסן לעיל אגרת י'שסג.

ד"ה אתה אחד לאדמו"ר האמצעי נדפס לאח"ז במאמרי אדמו"ר האמצעי קונטרסים (ע' ה).

תורה – אור משלי ו, כג. וראה זח"ג נג, ב.

לא ראה עמל בישראל בלק כג, כא.

או"ת להה"מ בהוצאת קה"ת – סי"א (ג, ג ואילך).

לא בעמל בראם הקב"ה: ב"ר פ"ג, ב. פי"ב, יו"ד. פכ"ז, א. ועוד.

בעשרה מאמרות: אבות רפ"ה. ועוד.

שדיבור הקב"ה חשיב מעשה: ב"ר פמ"ד, כב. ועוד.

דריי מאָל אַ טאָג בנוסח הודאת "מודים" שבתפלת העמידה.

נעים זמירות ישראל . . אין נאָמען פון יעדער אידן שמואל-ב כג, א. שהש"ר פ"ד, ד (בתחילתה).

וברמב"ם כו' ראה גם לקו"ש חי"ט ע' 165 ואילך. וש"נ. סה"ש תשמ"ח ח"א ע' 222 ואילך. שם ע' 348.

ובאגה"ק כו': ראה גם לקו"ש חי"ח ע' 192 הערה 55, ובשוה"ג שם.

תהלים עא הקאַפּיטל שהתחילו לומר בי"א ניסן השתא – ראה בהנסמן לעיל אגרת ט'תתקצז בשוה"ג.

אין . . פשוטו שבת סג, א. וש"נ.

"געבורט" און אָנהויב ראה יחזקאל טז ובמפרשים שם. וראה מכתב דר"ח ניסן, תשל"ב.

עולם קטן זה האדם תנחומא פקודי ג. תקו"ז תס"ט (ק, ב).

עצם . . להיטיב ראה עמק המלך שער שעשועי המלך רפ"א. שער היחוד והאמונה רפ"ד. וראה ד"ה אתה אחד לאדמו"ר האמצעי (ברוקלין, תשכ"ה) ע"ד.

אדם לעמל יולד איוב ה, ז. וראה סנה' צט, ב. ד"ה אדם לעמל, תרפ"ט [סה"מ תרפ"ט ע' 218 ואילך].

לעמל ואף שלא ראה עמל בישראל שאין עבודתם בבחי' עמל כלל (לקו"ת בלק עב, א) הרי ביעקב צ"ל עמל ובכאו"א ישנו בחי' יעקב (לקו"ת שם). ולהעיר מסד"ה והי' כי תבוא, תרס"ו [המשך תרס"ו ע' שמ].

צו האָרעוואַניע אולי אפ"ל שלכן גם בריאות האדם תלוי' בזה ש"יענה גופו וייגע כל יום בבוקר כו'" (רמב"ם הל' דעות פ"ד ה"ב), וראה ב"ר (פל"ט, ח) בשעה שהי' אברהם מהלך כו'.

לעבדה ולשמרה בראשית ב, טו ובראב"ע שם (אבל ראה שם בתיב"ע. וככה – תרל"ז פי"ח).

נאַטור פון אַ מענטש'ן ועד שאדם רוצה בקב שלו מט' קבין של חברו (ב"מ לח, א)*.

הוספה לאחר זמן:

*) לכאורה אפשר להקשות: הרי טבע זה שבאדם (שמתענג דוקא כשמשיג את הדבר בעמל ויגיעה) אינו מוכרח מצד עצמו, ורק לפי שכן הטביע (וברא) הקב"ה. וא"כ הדרא קושיא לדוכתה: מכיון שהקב"ה הוא עצם הטוב, למה לא ברא את האדם באופן שיתענג גם כשמקבל מתנת חנם, ואז לא הי' צריך לעמל ויגיעה?

והביאור בזה: תכלית ושלימות הטוב הוא שהאדם יגיע לא רק לשלימות הכי אפשרית שבגדר הנבראים אלא שיעלה לדרגת דומה לבוראו (ולהעיר מב"ר פצ"ח, ג: מה הקב"ה בורא עולמות אף אביכם בורא עולמות) ולכן רצה הקב"ה שהאדם ישיג את עניניו לא מן המוכן, כ"א ע"י עשי' ועבודה, בכדי שיהי' [לא רק בשלימותו של "מקבל", שלימות של נברא, אלא גם] "משפיע" (מהווה), דומה לבורא. (ועד שעי"ז ייעשה (כלשון חז"ל שבת קיט, ב) "שותף להקב"ה במעשה בראשית", בכל הבריאה).

וזהו עצמו הטעם לטבע הנ"ל – מה שאין האדם מתענג כשמקבל מתנת חנם. ואדרבא מתבייש בזה, "נהמא דכסופא" – כי תפקידו ושלימותו הוא שיהי' לא "מקבל" כ"א דומה "לבורא". (משיחת י"א ניסן תשל"ב).

שותף להעיר ממחז"ל (שבת קיט, ב): כל המתפלל כו' כאילו נעשה שותף להקב"ה במע"ב. וראה או"ת להה"מ בראשית ד"ה כל האומר ויכולו**.

**) אעפ"י שבגמ' שבת שם איתא שנעשה שותף ע"י אמירה בלבד (ולא ע"י עמל ויגיעה) – הרי אמרו שם כאילו נעשה, משא"כ ע"י יגיעה ועמל י"ל שנעשה שותף ממש. וכאילו – אפשרי גם ע"י אמירה לבד שהרי גם במע"ב לא בעמל בראם הקב"ה כ"א בעשרה מאמרות (אלא שדיבור הקב"ה חשיב מעשה) [וראה אוה"ת בראשית כרך ג' ע' 1012 סעיף ג' ואילך דמפרש מהי ואיך היא שותפות זו, ומש"כ שם "נעשה שותף להקב"ה ממש" – ממש קאי על הקב"ה ולא שותף ממש].

נהמא דכסופא ראה ירוש' (ערלה פ"א ה"ג): דאכיל מן חברי' בהית (בוש) מסתכל בי' (וראה לקו"ת צו ז, ד). להעיר ממ"מ להב"י בראשית מהדו"ק ד"ה אור ליה"ש יד לטבת.

בהוציאך . . הזה שמות ג, יב.

תעבדון להעיר מתו"א משפטים (עו, א): יעבוד הוא לשון כו'.

יציאת מצרים . . אַ מתנה ראה ד"ה החודש הזה, ה'ש"ת סופ"ח (ושם שכן תהי' הגאולה העתידה).

געווען דער זכות שמו"ר (פ"ג, ד) הובא בפרש"י עה"ת שם.

אדם . . האדמה בראשית (ב, ז).

אדם – אדמה לעליון עשרה מאמרות מ' אם כל חי ח"ב סל"ג. של"ה (כ, ב ועיי"ש שא, ב).

אין . . בנסו ראה נדה לא, א. ובזח"ג (ר, סע"ב) בכל יומא.

ומלך . . כלל כי "הנשיא הוא הכל" (רש"י חוקת כא, כא). וברמב"ם (מלכים פ"ג, ה"ו) שלבו הוא לב כל קהל ישראל. ובשו"ת הרשב"א (ח"א סקמ"ח): המלך כציבור שהציבור וכל ישראל תלויין בו. ובאגה"ק רסכ"ט שמצות התלויות במלך "הוא מוציא כל ישראל כי הוא כללות כולם כו'" – והרי במצות אלו ישנם התלויות בחכמתו, בינתו כו' ועד במעשה שלו. וס"ת שיוצאת ונכנסת עמו (סנה' כא, ב) – ה"ז פרט מצוה שבגופו.

ממעי . . תחייני תהלים עא, ו-כ.

זאָגט דער מדרש ע"ד הדרש נוסף על הפשט, שהרי אין מקרא יוצא מידי פשוטו – וראה מפרשי התהלים שם.

מדרש תהלים (באָבער – ע"פ כת"י) שם.

גאולה . . פון דעם פרט . . כלל ששייכים זל"ז וכתורת הבעש"ט (תולדות יעקב יוסף ריש דברים).

מעשינו . . הגלות . . תכלית השלימות ראה תניא רפל"ז. לקוטי לוי יצחק בהערות שם.

השלימות פון דער גאַנצער וועלט . . על ידי משיח ישעי' יא, ו-ט. וראה עבודת הקודש ח"ב פל"ח מש"כ בדברי הרמב"ם בזה (מלכים רפי"ב). ד"ה כי פדה (אוה"ת בראשית סח"ג).

כימי . . נפלאות מיכה (ז, טו). באוה"ת שם.